7 און עס איז געווארן א מלחמה אין הימל: מיכאל און זיינע מלאכים האבן מלחמה געהאלטן מיט דער שלאנג; אויך די שלאנג און אירע מלאכים האבן מלחמה געהאלטן; 8 און האבן נישט גובר געווען, און זייער ארט האט זיך מער נישט געפונען אין הימל. 9 און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים. 10 און איך האב געהערט א הויך קול אין הימל זאגן: איצט איז געקומען די ישועה און די מאכט און דאס מלכות פון אונדזער ג‑ט, און די ממשלה פון זיין משיח; ווייל אראפגעווארפן איז געווארן דער קטיגור פון אונדזערע ברידער, וועלכער האט זיי פארקלאגט פאר אונדזער ג‑ט טאג און נאכט. 11 און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט. 12 צוליב דעם פריידט זיך, איר הימלען, און איר, וועלכע וואוינט אין זיי. וויי צו דער ערד און צום ים! ווייל דער טייוול האט אראפגענידערט צו אייך, האבנדיק א געוואלדיקן צארן, וויסנדיק, אז ער האט בלויז א קליינע צייט.
13 און ווען די שלאנג האט געזען, אז זי איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, האט זי פארפאלגט די פרוי, וועלכע האט געבוירן דעם זכר. 14 און די צוויי פליגל פון דעם גרויסן אדלער זענען געגעבן געווארן דער פרוי, כדי זי זאל אוועקפליען אין דער מדבר אריין אויף איר ארט, וואו זי ווערט געשפייזט א צייט און צייטן און א האלבע צייט, ווייט פון דעם פנים פון דער שלאנג. 15 און די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל הינטער דער פרוי וואסער, ווי א שטראם, כדי זי זאל מיטגעריסן ווערן פון דעם שטראם. 16 און די ערד איז געקומען דער פרוי צו הילף, און די ערד האט אויפגעמאכט איר מויל, און איינגעשלונגען דעם שטראם, וואס די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל. 17 און די שלאנג איז געווארן צארנדיק אויף דער פרוי, און איז אוועק מלחמה האלטן מיט די איבריקע פון איר זאמען, וואס היטן אפ ה׳ס געבאטן און האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען.
18 און זי (די שלאנג) האט זיך געשטעלט אויף דעם זאמד ביים ים.
<- די אנטפלעקונג 11די אנטפלעקונג 13 ->
Languages