15 און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.) 16 און די פיר און צוואנציק זקנים, וועלכע זיצן אויף זייערע טראנען פאר ה׳, זענען אנידערגעפאלן אויף זייערע פנימער און האבן זיך געבוקט צו ה׳, 17 און געזאגט: מיר דאנקען דיר, האר ג‑ט, אלמעכטיקער, וועלכער ביסט און ביסט געווען; ווייל דו האסט גענומען דיין גרויסע ממשלה און קעניגסט. 18 און די פעלקער זענען געווארן צארנדיק, און דיין צארן איז געקומען, און די צייט פון די מתים, געמשפט צו ווערן, און צו געבן דעם שכר צו דיינע קנעכט די נביאים, און צו די קדושים, און די, וועלכע פארכטן זיך פאר דיין נאמען, די קליינע און די גרויסע, און צו פארדארבן די פארדארבער פון דער ערד.
19 און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל.