9 און ווען ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, האט ער זיך צום ערשט באוויזן צו מרים פון מגדלה, פון וועמען ער האט ארויסגעטריבן זיבן בייזע גייסטער. 10 זי איז געגאנגען און האט עס דערציילט צו די, וואס זענען געווען מיט אים, וואס האבן געטרויערט און געוויינט. 11 און ווען זיי האבן געהערט, אז ער לעבט און איז פון איר געזען געווארן, האבן זיי עס נישט געגלויבט. 12 נאך דעם האט ער זיך באוויזן אין אן אנדער געשטאלט צו צוויי פון זיי, בשעת זיי זענען געגאנגען אין פעלד אריין. 13 און זיי זענען אוועקגעגאנגען און האבן עס דערציילט צו די איבריקע; אבער אויך יענע האבן זיי נישט געגלויבט.
14 דערנאך האט ער זיך באוויזן צו די עלף אליין, בשעת זיי זענען געזעסן ביים טיש, און האט זיי פארגעווארפן זייער אומגלויבן און הארטקייט פון הארצן, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט די, וואס האבן אים געזען אן אויפגעשטאנענעם. 15 און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג. 16 ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן. 17 און די דאזיקע צייכנס וועלן באגלייטן די, וואס גלויבן יא: אין מיין נאמען וועלן זיי ארויסטרייבן בייזע גייסטער; זיי וועלן רעדן מיט נייע לשונות; 18 מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן.
19 און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.) 20 און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן (די גוטע בשורה) אומעטום, און דער האר האט מיטגעווירקט מיט זיי, באשטעטיקנדיק דאס ווארט דורך די צייכנס, וואס האבן נאכגעפאלגט. אמן.
<- מארקוס 15
Languages