16 און די זעלנער האבן אים אוועקגעפירט אינעווייניק אין הויף אריין, דאס איז דאס פרעטאריום; און רופן צונויף די גאנצע ראטע. 17 און זיי קליידן אים אָן אין פורפור, און טאן אים אָן א קרוין, וואס זיי האבן געפלאכטן פון דערנער; 18 און האבן אנגעהויבן אים צו באגריסן: שלום, קעניג פון די יידן! 19 און זיי האבן אים געשלאגן מיט א שטעקן איבערן קאפ, און געשפיגן אויף אים, און האבן געבויגן די קניען און זיך געבוקט צו אים. (ישעיהו נ, ו.) 20 און נאך דעם ווי זיי האבן אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דאס פורפור, און אים אנגעטאן זיינע מלבושים. און זיי פירן אים ארויס, כדי אים צו אויפהענגען אויף דער בוים.
21 און זיי צווינגען א פארבייגייער, א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פון פעלד, דעם פאטער פון אלעקסאנדער און רופוס, אז ער זאל טראגן זיין בוים. 22 און זיי ברענגען אים צו דעם ארט גלגלתא, וואס דער טייטש דערפון איז: דאס ארט פון א שארבן. 23 און זיי האבן אים געגעבן וויין געמישט מיט מירע, וואס ער האט אבער נישט אנגענומען. 24 און זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים, און צעטיילן צווישן זיך זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל אויף זיי, וואס ווער זאל נעמען. 25 און עס איז געווען די דריטע שעה, און זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים. (תהלים כב, יד-טז, יח.) 26 און דער כתב פון זיין באשולדיקונג איז געווען אויפגעשריבן: דער קעניג פון די יידן. 27 און צוזאמען מיט אים זיי אויפהענגען אויף דער בוים צוויי רויבער; איינעם אויף זיין רעכטער זייט, און איינעם אויף זיין לינקער זייט. 28 און עס איז מקוים געווארן דער פסוק, וואס זאגט:
33 און ווען די זעקסטע שעה איז געקומען, איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. 34 און אין דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלהי אלהי למה שבקתני? פארטייטשט הייסט עס: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזן? (תהלים כב, א.) 35 און אייניקע פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי, האבן עס געהערט, און האבן געזאגט: זע, ער רופט אליהון. 36 און איינער איז געלאפן, און האט אנגעפילט א שוואם מיט עסיק, און זי ארויפגעזעצט אויף א שטעקן, און אים געגעבן צו טרינקען (תהלים סט, כב.), אזוי צו זאגן: לאזט; מיר וועלן זען אויב אליהו וועט קומען, כדי אים אראפצונעמען! 37 יהושע/ישוע אבער האט ארויסגעלאזט א הויך געשריי, און אפגעגעבן דעם גייסט. 38 און דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען, פון אויבן ביז אראפ. 39 און ווי דער אפיציר, וועלכער איז געשטאנען אנטקעגנאיבער אים, האט געזען, אז ער האט אָט אזוי אפגעגעבן דעם גייסט, האט ער געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען ה׳ס זון! 40 און עס זענען אויך געווען פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, צווישן זיי מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב הקטן און פון יוסי, און שלומית; 41 וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט, ווען ער איז נאך געווען אין גליל, און האבן אים באדינט; און א סך אנדערע פרויען, וואס זענען ארויפגעגאנגען מיט אים קיין ירושלים.
42 און ווען עס איז שוין געווארן אוונט, ווייל עס איז געווען ערב שבת, דאס הייסט א טאג פאר שבת, 43 איז געקומען יוסף הרמתי, אן אנגעזעענער יועץ, וואס האט אליין אויך געהאפט אויף ה׳ס קעניגרייך, און האט זיך אונטערגעשטעלט אריינצוגיין צו פילאטוסן, און געבעטן ישועס גוף. 44 פילאטוס אבער האט זיך געוואונדערט, אז ער איז שוין געשטארבן; און האט גערופן צו זיך דעם אפיציר, און אים געפרעגט, צי ער איז שוין לאנג טויט. 45 און דערוויסנדיק זיך פונם אפיציר, האט ער יוספן געשענקט דעם גוף. 46 און ער האט געקויפט א ליילעך, האט אים אראפגענומען, און אים איינגעוויקלט אין דעם ליילעך, און אריינגעלייגט אין א קבר, וואס איז געווען אויסגעהאקט אין א פעלדזן; און האט ארויפגעקייקלט א שטיין אויף דעם אריינגאנג צום קבר. (ישעיהו נג, ט.) 47 און מרים פון מגדלה און מרים, יוסיס מוטער, האבן געזען וואו ער איז געלייגט געווארן.
<- מארקוס 14מארקוס 16 ->
Languages