12 מיר בעטן אייך אבער, ברידער, אז איר זאלט קענען די, וועלכע באמיען זיך צווישן אייך, און זענען די וואס זענען איבער אייך אינם האר און רעדן צו אייך דברי מוסר, 13 און איר זאלט זיי צוטיילן זייער פיל כבוד מיט ליבע צוליב זייער ארבעט. האט שלום צווישן זיך. 14 און מיר זענען אייך מזהיר, ברידער, איר זאלט ווארנען די אומרואיקע, שטארקן די ווייכהארציקע, אונטערלענען די שוואכע, זיין גרויסמוטיק לגבי אלעמען. 15 זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען. 16 פריידט זיך תמיד; 17 טוט תפילה אָן אויפהער; 18 זייט דאנקבאר פאר אלעם; ווארום דאס איז ה׳ס רצון אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייערטוועגן. 19 לעשט נישט דעם גייסט; 20 פאראכט נישט נבואות (זאגן); 21 פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע; 22 דערווייטערט זיך פון בייז אין יעדער געשטאלט.
23 און דער ג‑ט פון שלום אליין זאל אייך הייליקן דורך און דורך; און זאל אייער גאנצער גייסט און נפש און גוף אפגעהיטן ווערן אָן א מום ביי דעם ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. 24 באגלויבט איז דער, וועלכער רופט אייך, וועלכער וועט עס אויך טאן.
25 ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז.
26 גיט אפ שלום אלע ברידער מיט א הייליקן קוש. 27 איך באשווער אייך ביי דעם האר, אז דער בריוו זאל איבערגעלייענט ווערן פאר אלע ברידער.
28 דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זאל זיין מיט אייך.
<- א טעסאלאניקער בריוו 4
Languages