9 און וואס שייך ברידערלעכער ליבע, באדארפט איר נישט, מען זאל שרייבן צו אייך, ווייל איר אליין זענט געלערנט פון ה׳, ליב צו האבן איינער דעם אנדערן; 10 ווארום איר טוט עס אויך צו אלע ברידער אין גאנץ מאצעדאניען. נאר מיר בעטן אייך, אז איר זאלט נאך פיל מער טאן, 11 און שטרעבן צו פירן א שטיל לעבן, און טאן דאס אייעריקע, און ארבעטן מיט אייערע אייגענע הענט, פונקט אזוי ווי מיר האבן אייך געבאטן, 12 כדי איר זאלט פירן אנשטענדיק קעגן די, וואס זענען אין דרויסן, און נישט דארפן אנקומען צו קיינעם.
13 און מיר ווילן נישט איר זאלט זיין אומוויסנד, ברידער, וועגן די, וועלכע זענען איינגעשלאפן, כדי איר זאלט נישט טרויערן, ווי די אנדערע, וואס האבן נישט קיין האפענונג. 14 ווארום ווי מיר גלויבן, אז יהושע/ישוע איז געשטארבן און אויפגעשטאנען, אזוי וועט ה׳ ברענגען די איינגעשלאפענע אין יהושען/ישוען צוזאמען מיט אים. 15 ווארום דאס דאזיקע זאגן מיר אייך אין א ווארט פון דעם האר, אז מיר, די לעבעדיקע, וואס בלייבן איבער ביז צום קומען פון דעם האר, וועלן בשום אופן נישט פארויסגיין די איינגעשלאפענע; 16 ווייל דער האר אליין וועט אראפנידערן פון הימל, מיט א שאלן, מיט דעם קול פון דעם שר המלאכים, און מיט דעם שופר פון ה׳; און די טויטע אינם משיח וועלן אויפשטיין קודם כל; 17 דאן מיר, די לעבעדיקע, וועלכע זענען איבערגעבליבן, וועלן צוזאמען מיט זיי ארויפגעכאפט ווערן אין די וואלקנס, צו באגעגענען דעם האר אין דער לופט; און אזוי וועלן מיר תמיד זיין מיט דעם האר. 18 דערפאר זאלט איר טרייסטן איינער דעם אנדערן מיט די דאזיקע ווערטער.
<- א טעסאלאניקער בריוו 3א טעסאלאניקער בריוו 5 ->
Languages