7 אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות; 8 קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.) 9 זייט גאסטפריינדלעך איינער צום אנדערן אָן געמורמל; 10 דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד; 11 אויב עמיצער רעדט, (זאל ער רעדן) ווי ה׳ס רייד; אויב איינער באדינט, (זאל ער עס טאן) ווי אויס דער קראפט, וועלכע ה׳ גיט; כדי אין אלעם זאל ה׳ פארהערלעכט ווערן דורך יהושע/ישוע המשיחן, וועמען עס געהערט כבוד און מאכט לעלמי עולמים. אמן.
12 געליבטע, וואונדערט זיך נישט איבער דעם קאלכאויוון, וואס איז געקומען, ווי א נסיון אויף אייך, גלייך ווי א פרעמדע זאך וואלט אייך געטראפן; 13 נאר לויט ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן פון דעם משיח, זאלט איר זיך פרייען; כדי אין דער אנטפלעקונג פון זיין כבוד זאלט איר זיך פרייען און משמח זיין. 14 אויב איר ווערט געזידלט צוליב דעם נאמען פונם משיח, איז וואויל אייך; ווייל דער (גייסט) פון כבוד און דער גייסט פון ה׳ רוט אויף אייך. 15 נאר זאל קיינער פון אייך נישט ליידן ווי א רוצח, אדער גנב, אדער רשע, אדער ווי איינער, וואס מישט זיך אריין אין יענעמס געשעפטן; 16 אויב אבער (עמיצער ליידט) אלס א משיחיסט, זאל ער זיך נישט שעמען; נאר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין דעם דאזיקן נאמען. 17 ווייל עס איז שוין צייט, אז דאס משפט זאל זיך אנהויבן פון ה׳ס הויז; און אויב פון אונדז קודם כל, וואס וועט שוין זיין דער סוף פון די ווידערשפעניקע צו ה׳ס בשורה טובה? 18 און אויב דער צדיק ווערט קוים געראטעוועט, וואו וועט דער רשע און חוטא אהינקומען? 19 דערפאר זאלן אויך די, וועלכע ליידן לויט ה׳ס ווילן, פארטרויען זייערע נשמות צום געטרייען באשעפער, טוענדיק גוטס.
<- א פעטרוס בריוו 3א פעטרוס בריוו 5 ->
Languages