7 אויך אזוי, איר מענער, וואוינט מיט זיי מיט פארשטאנד, און גיט אפ כבוד צו דער פרוי ווי צו דער שוואכערער כלי אזויווי זיי זענען אויך מיטיורשים אין דעם חסד פון לעבן, כדי אייערע תפילות זאלן נישט געשטערט ווערן.
8 און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק; 9 צאלט נישט אפ מיט שלעכטס פאר שלעכטס, אדער זידלווארט פאר זידלווארט, נאר להיפך: בענטשט; ווייל דערצו זענט איר בארופן געווארן, כדי איר זאלט ירשענען א ברכה. 10 ווארום:
13 און ווער וועט אייך טאן שלעכטס, ווען איר וועט אייפערן פאר דעם גוטן? 14 נאר אויב אפילו איר זאלט ליידן צוליב גערעכטיקייט, איז וואויל אייך; און פאר זייער מורא זאלט איר זיך נישט פארכטן, נישט זאלט איר זיך דערשרעקן; 15 דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה; 16 האט א גוט געוויסן, כדי אין וואס מען רעדט אפ פון אייך, זאלן צושאנד ווערן די, וואס באליידיקן אייער גוטן פירונג פון לעבן אינם משיח. 17 ווארום עס איז בעסער, אויב דאס איז ה׳ס רצון, צו ליידן פאר טאן גוטס, ווי פאר טאן שלעכטס. 18 ווייל אפילו משיח איז איינמאל געשטארבן פאר אונדזערע זינד, דער צדיק פאר די רשעים, כדי ער זאל אונדז ברענגען צו ה׳; און איז געטייט געווארן לויט דעם פלייש, אבער לעבעדיק געמאכט געווארן אין דעם גייסט; 19 אין וועלכן ער איז אויך געגאנגען און אויסגערופן צו די רוחות אין געפענקעניש, 20 וואס זענען אמאל געווען ווידערשפעניק, ווען ה׳ס סבלנות האט געווארט אין די טעג פון נוחן, בעת עס איז צוגעגרייט געווארן די תיבה, אין וועלכער ווייניקע, דאס הייסט אכט נפשות, זענען געראטעוועט געווארן דורך דעם וואסער; 21 דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן; 22 וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער האנט, נאך דעם ווי ער איז ארויף אין הימל אריין; צו אים זענען אונטערטעניק מלאכים און ממשלות און מאכטן.
<- א פעטרוס בריוו 2א פעטרוס בריוו 4 ->
Languages