9 דעריבער וואס? צי האבן מיר דען עפעס א מעלה? בשום אופן נישט! ווארום מיר האבן שוין פריער באוויזן, אז סאי דער ייד און סאי דער גריך זענען אלע אונטער דער זינד; 10 אזוי ווי עס שטייט געשריבן: עס איז נישט פאראן קיין צדיק, קיין איינער נישט; 11 עס איז נישט פאראן קיין פארשטענדיקער, עס איז נישט פאראן קיין איינער, וואס זוכט ה׳; 12 אלע האבן אפגענייגט, זיי זענען צוזאמען נוצלאז געווארן; עס איז נישט פאראן קיינער, וואס טוט גוטס, ניין, נישט איינער. (תהלים יד, ב-ד.) 13 זייער קעל איז אן אפן קבר, מיט זייערע צונגען האבן זיי פאררעטעריש געהאנדלט, שלאנגענגיפט איז אונטער זייערע ליפן (תהלים ה, ח; קמ, ד.); 14 וועמעס מויל איז פול מיט פלוך און ביטערקייט (תהלים י, ז.); 15 זייערע פיס איילן צו פארגיסן בלוט; 16 צעשטערונג און ליידן זענען אויף זייערע וועגן; 17 און דעם וועג פון שלום האבן זיי נישט דערקענט (ישעיהו נט, ז-ח.); 18 די מורא פאר ה׳ איז נישט פאר זייערע אויגן. (תהלים לו, ב.)
19 מיר אבער ווייסן, אז וואס די תורה זאגט, איז עס גערעדט געווארן צו די, וועלכע זענען אונטער דער תורה, כדי איטלעכס מויל זאל פארשטאפט ווערן און די גאנצע וועלט זאל זיין שולדיק פאר ה׳; 20 צוליב דעם, וואס דורך די מעשים פון (מחמיר חומרא) געזעץ וועט קיין בשר (ודם) נישט גערעכטפערטיקט ווערן פאר אים; ווארום דורך דער תורה קומט די פולע דערקענטעניש פון זינד. 21 איצט אבער האט זיך, אויסער דער תורה, באוויזן די גערעכטיקייט פון ה׳, וועגן וועלכער סאי די תורה סאי די נביאים האבן עדות געזאגט: 22 די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק; 23 ווארום אלע האבן געזינדיקט און געפעלט אין דער הערלעכקייט פון ה׳; 24 און ווערן גערעכטפערטיקט פריי דורך זיין חסד דורך דער אויסלייזונג פונם משיח יהושע/ישוע; 25 וועמען ה׳ האט ארויסגעשטעלט אלס א כפורת אין זיין בלוט צו זיין באקומען דורך אמונה. דאס איז געווען כדי צו ווייזן ה׳ס גערעכטיקייט ווייל אין זיין צוריקגעהאלטנקייט ער האט פסח פריער באגאנגענע זינד 26 כדי צו ווייזן זיין גערעכטיקייט אין דער איצטיקער צייט און אז ער אליין איז גערעכט און דער גערעכטפערטיקער פון דעם, וואס גלויבט אין יהושען/ישוען.
27 וואו זשע איז די בארימעריי? זי איז אויסגעשלאסן. דורך וואס פאר א תורה? צי פון מעשים? ניין, נאר דורך דער תורה פון אמונה. 28 ווארום מיר דרינגען ארויס, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך אמונה אָן די מעשים פון דער תורה. 29 צי איז דען ג‑ט בלויז דער ג‑ט פון די יידן? צי איז ער דען נישט אויך (דער ג‑ט) פון די אומות העולם? געוויס, אויך פון די אומות העולם; 30 ווייל ה׳ איז איינער, וואס וועט גערעכטפערטיקן דעם געמלטן פון אמונה און דעם נישט געמלטן דורך אמונה. 31 צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה.
<- רוימער בריוו 2רוימער בריוו 4 ->
Languages