11 און איך האב געזען דעם הימל אפן; און אָט א ווייס פערד און דער, וואס איז דערויף געזעסן, הייסט געטריי און ווארהאפטיק; און מיט גערעכטיקייט משפט ער און פירט מלחמה. 12 און זיינע אויגן זענען ווי א פלאם פייער, און אויף דעם קאפ זיינעם האט ער א סך קרוינען; און א נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער קען נישט אחוץ ער אליין. 13 און ער גייט אנגעטאן א מלבוש, איינגעטונקט אין בלוט; און זיין נאמען הייסט מימרא דה׳ (ה׳ס ווארט). 14 און די חיילות אין הימל האבן אים נאכגעפאלגט אויף ווייסע פערד, געקליידט אין פיינער לייוונט, לויטער ווייס. 15 און פון זיין מויל גייט ארויס א שארפע שווערד, כדי מיט איר זאל ער שלאגן די אומות (העולם); און ער וועט הערשן איבער זיי מיט אן אייזערנער רוט; און ער טרעט דעם וויינקעלטער פון דעם צארנוויין פון דעם אלמעכטיקן ה׳ס גרימצארן. 16 און האט א נאמען אויף זיין קלייד און אויף זיין דיך אויפגעשריבן: מלך המלכים און אדון האדונים.
17 און איך האב געזען א מלאך שטיין אין דער זון, און ער האט געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן צו אלע פייגל, וואס פליען אינמיטן הימל: קומט, זאמלט אייך איין צו ה׳ס גרויסער סעודה; 18 כדי איר זאלט עסן דאס פלייש פון מלכים און דאס פלייש פון הויפטלייט און דאס פלייש פון גיבורים און דאס פלייש פון פערד און פון זייערע רייטער, און דאס פלייש פון אלע פרייע (מענטשן) און פון קנעכט, פון קליין און פון גרויס!
19 און איך האב געזען די חיה, און די מלכים פון דער ערד און זייערע חיילות, פארזאמלט צו פירן מלחמה מיט דעם רייטער אויף דעם פערד און מיט זיינע הערשארן. 20 און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל; 21 און די איבריקע זענען געטייט געווארן מיט דער שווערד, וואס גייט ארויס פון דעם מויל פון דעם רייטער אויפן פערד; און אלע פייגל זענען זאט געווארן פון זייער פלייש.
<- די אנטפלעקונג 18די אנטפלעקונג 20 ->
Languages