9 און ווען יהושע/ישוע איז פון דארטן ווייטער געגאנגען, האט ער געזען א מענטשן זיצן ביים הויז פון שטייער, ער האט געהייסן מתתיהו, און ער זאגט צו אים: פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט.
10 און עס איז געשען, בשעת ער איז געזעסן אין הויז צום טיש, זע, א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים זענען געקומען און האבן זיך אנידערגעזעצט צוזאמען מיט יהושען/ישוען און מיט זיינע תלמידים. 11 און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו זיינע תלמידים: פארוואס עסט אייער רבי מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים? 12 ווען אבער ער האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די געזונטע דארפן נישט האבן קיין רופא, נאר די קראנקע. 13 גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.
14 דעמאלט קומען צו אים יוחננס תלמידים, און זאגן: פארוואס פאסטן מיר און די פרושים אפט מאל, דיינע תלמידים אבער פאסטן נישט? 15 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן. 16 און קיינער לייגט נישט קיין לאטע פון נישט איינגעלאפענעם טוך אויף אן אלטן בגד; מחמת די לאטע רייסט אפ פון דעם קלייד, און עס ווערט אן ערגערער ריס. 17 מען גיסט אויך נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען, טאמער פלאצן די לאגלען, און דער וויין גיסט זיך אויס, און די לאגלען ווערן פארדארבן; נאר מען גיסט אריין נייעם וויין אין נייע לאגלען, און ביידע האלטן זיך.
18 בעת ער האט דאס צו זיי גערעדט, זע, א שר איז געקומען, און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: מיין טאכטער איז נאר וואס געשטארבן; נאר קום און לייג דיין האנט אויף איר, און זי וועט לעבן. 19 און יהושע/ישוע איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט מיט זיינע תלמידים. 20 און זע, א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט גאנג צוועלף יאר לאנג, איז צוגעקומען פון הינטן, און האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש. 21 מחמת זי האט צו זיך געזאגט: אויב איך וועל נאר אנרירן זיין מלבוש, וועל איך געהאלפן ווערן. 22 און יהושע/ישוע האט זיך אויסגעדרייט און זעענדיק זי, האט ער געזאגט: זיי געטרייסט, מיין טאכטער, דיין אמונה האט דיך געראטעוועט! און די פרוי איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן. 23 און ווען יהושע/ישוע איז אריינגעקומען אין הויז פון דעם שר, און האט געזען די פלייטשפילער, און דאס געטומל פון דעם המון, 24 האט ער געזאגט: גייט אוועק! מחמת דאס מיידעלע איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר. און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. 25 ווען אבער דער עולם איז דערווייטערט געווארן, איז ער אריינגעגאנגען, און האט זי אנגענומען ביי דער האנט; און דאס מיידעלע האט זיך אויפגעהויבן. 26 און דער דאזיקער שם האט זיך פארשפרייט איבער יענעם גאנצן לאנד.
27 און ווען יהושע/ישוע איז פונדאנען ווייטער געגאנגען, האבן אים נאכגעפאלגט צוויי בלינדע מענטשן, וואס האבן געשריגן און געזאגט: דערבארם דיך אויף אונדז, בן דוד! 28 און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, זענען די בלינדע צוגעקומען צו אים. און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: גלויבט איר, אז איך קען טאן דאס דאזיקע? זאגן זיי צו אים: יא, האר! 29 האט ער דעמאלט אנגערירט זייערע אויגן, און געזאגט: לויט אייער אמונה, אזוי זאל עס אייך געשען! 30 און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן. און יהושע/ישוע האט זיי שטרענג געווארנט, אזוי צו זאגן: היט אייך, אז קיינער זאל זיך נישט דערוויסן דערפון. 31 זיי אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אים באקאנט געמאכט איבער יענעם גאנצן לאנד.
32 און ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען, זע, מען האט געברענגט צו אים א שטומען, באזעסן מיט א בייזן גייסט. 33 און נאך דעם ווי דער בייזער גייסט איז ארויסגעטריבן געווארן, האט דער שטומער גערעדט. און די המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: נאך קיינמאל איז אזעלכעס נישט געזען געווארן אין ישראל! 34 די פרושים אבער האבן געזאגט: דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער!
35 און יהושע/ישוע איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטעט און דערפער, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פון דעם מלכות, און היילנדיק יעדע מחלה און יעדע שלאפקייט. 36 און ווען ער האט געזען די מאסן מענטשן, האט ער אויף זיי גרויס רחמנות געהאט, ווייל זיי זענען געווען פארשמאכט און פארווארלאזט, ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך. 37 דעמאלט זאגט ער צו זיינע תלמידים: דער שניט איז גרויס, נאר די ארבעטער זענען ווייניק. 38 בעט זשע דעם האר פון דעם שניט, אז ער זאל ארויסשיקן ארבעטער צו זיין שניט!
<- מתתיהו 8מתתיהו 10 ->
Languages