15 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארט ארום איבער ים און יבשה, כדי צו מאכן א גר; און ווען ער ווערט עס שוין, מאכט איר אים פאר א בן גיהנום טאפלט מער ווי איר זענט אליין. 16 וויי איז צו אייך, בלינדע מנהיגים, וואס זאגן: ווער עס שווערט ביים היכל, איז עס גארנישט; אבער ווער עס שווערט ביים גאלד פון היכל, דער איז חייב. 17 איר נאראנים און בלינדע; מחמת וואס איז גרעסער, דאס גאלד אדער דער היכל, וואס הייליקט דאס גאלד? 18 און: ווער עס שווערט ביים מזבח, דאס איז גארנישט; ווער אבער עס שווערט ביים קרבן, וואס ליגט דערויף, דער איז חייב. 19 איר בלינדע! מחמת וואס איז גרעסער, דאס קרבן אדער דער מזבח, וואס הייליקט דאס קרבן? 20 דעריבער ווער עס שווערט ביים מזבח, דער שווערט ביי אים און ביי אלעם, וואס איז אויף אים. 21 און ווער עס שווערט ביים היכל, דער שווערט ביי אים, און ביי דעם, וואס וואוינט דרינען. 22 און ווער עס שווערט ביים הימל, דער שווערט ביי ה׳ס כסא הכבוד און ביי דעם, וואס זיצט דערויף.
23 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר גיט אפ מעשר פון דער מיענטע און דעם דיל און דעם קימל, און פארנאכלעסיקט די שווערערע זאכן פון דער תורה: דאס משפט און דעם חסד און די אמונה! די דאזיקע זאכן האט איר געדארפט טאן, און יענע נישט פארנאכלעסיקן. 24 איר בלינדע פירער, וואס זייען דורך די מוק, און שלינגען אראפ דאס קעמל.
25 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר מאכט ריין דאס אויסנווייניקסטע פון דעם בעכער און דער שיסל, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט גזלה און נישט איינגעהאלטנקייט. 26 דו בלינדער פרוש, רייניק קודם כל דאס אינעווייניקסטע פון דעם בעכער, כדי אויך דאס אויסנווייניקסטע זאל ווערן ריין.
27 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר זענט גלייך צו געקאלעכטע קברים, וואס פון אויסנווייניק זען זיי אויס שיין, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט ביינער פון מתים, און יעדער אומריינקייט. 28 אָט אזוי ווייזט איר זיך ארויס פון דרויסן ווי צדיקים פאר די מענטשן, פון אינעווייניק אבער זענט איר פול מיט צביעות און רשעות.
29 וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר בויט אויף די קברים פון די נביאים, און באצירט די מצבות פון די צדיקים, 30 און זאגט: אויב מיר וואלטן געלעבט אין די טעג פון אונדזערע עלטערן, וואלטן מיר זיך נישט באטייליקט מיט זיי אין דעם בלוט פון די נביאים. 31 אזוי זענט איר עדות צו זיך אליין, אז איר זענט קינדער פון די נביאים מערדער. 32 און איר מאכט פול די מאס פון אייערע עלטערן! 33 איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום? 34 דערפאר, זע, איך שיק צו אייך נביאים און חכמים, און סופרים; א טייל פון זיי וועט איר טייטן און לאזן אויפהענגען אויף דער בוים; און א טייל פון זיי וועט איר שלאגן מיט ריטער אין אייערע שולן, און פארפאלגן פון שטאט צו שטאט; 35 כדי עס זאל קומען אויף אייך דאס גאנצע רעכטפארטיקע בלוט, וואס איז פארגאסן געווארן אויף דער ערד, פון דעם בלוט פון הבל דעם צדיק ביז צום בלוט פון זכריה בן ברכיה, וועמען איר האט געהרגעט צווישן דעם היכל און דעם מזבח. 36 באמת זאג איך אייך, דאס אלץ וועט קומען אויף דעם דאזיקן דור.
37 ירושלים, ירושלים, וואס הרגעסט די נביאים, און שטייניקסט די, וואס זענען געשיקט צו דיר! וויפל מאל האב איך געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון זאמלט איין אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט. 38 זע, אייער הויז וועט אייך איבערגעלאזט ווערן פארוויסט. 39 מחמת איך זאג אייך: פון איצט אָן וועט איר מיך מער נישט זען, ביז איר וועט זאגן:
Languages