17 און ווען יהושע/ישוע האט געהאלטן ביים ארויפגיין קיין ירושלים, האט ער גענומען די צוועלף אליין אויף א זייט, און אויפן וועג צו זיי געזאגט: 18 זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים; און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, 19 און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם) צו פארשפאטן, און שמייסן, און אויפהענגען אויף דער בוים, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין.
20 דעמאלט איז צוגעקומען צו אים די מוטער פון זבדיס קינדער מיט אירע זין, האט זיך געבוקט, און עפעס פארלאנגט פון אים. 21 און ער האט צו איר געזאגט: וואס באגערסטו? זאגט זי צו אים: זאג, אז די דאזיקע ביידע זין מיינע זאלן זיצן איינער אויף דיין רעכטער זייט, און איינער אויף דיין לינקער זייט אין דיין מלכות. 22 יהושע/ישוע האט אבער ענטפערנדיק געזאגט: איר ווייסט נישט, וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם כוס, וואס איך גיי טרינקען? זאגן זיי צו אים: מיר קענען! 23 זאגט ער צו זיי: מיין כוס וועט איר טאקע טרינקען; נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט, און אויף מיין לינקער זייט, איז נישט מיין זאך צו געבן; עס איז נאר פאר די, פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן פון מיין פאטער. 24 און ווען די צען האבן דאס געהערט, זענען זיי געווארן אין כעס אויף די צוויי ברידער. 25 און יהושע/ישוע האט זיי צוגערופן, און געזאגט: איר ווייסט, אז די שרים פון די אומות (העולם) הערשן איבער זיי, און די גרויסע לייט טאן איבער זיי געוועלטיקן. 26 אזוי זאל עס נישט זיין צווישן אייך, נאר ווער צווישן אייך עס וועט וועלן זיין גרויס, דער זאל זיין אייער משרת; 27 און ווער עס וויל צווישן אייך זיין א ראש, דער זאל זיין אייער קנעכט. 28 גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.
29 און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען פון יריחו, האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון מענטשן. 30 און זע, צוויי בלינדע זענען געזעסן ביים וועג; ווי זיי האבן געהערט, אז יהושע/ישוע גייט פארביי, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז! 31 דער המון אבער האט געשריגן אויף זיי, אז זיי זאלן שווייגן. און זיי האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז! 32 און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט, און זיי גערופן, און געזאגט: וואס ווילט איר, אז איך זאל טאן פאר אייך? 33 זאגן זיי צו אים: אז אונדזערע אויגן זאלן געעפנט ווערן! 34 און יהושע/ישוע האט זיך דערבארעמט אויף זיי, און אנגערירט זייערע אויגן, און פלוצלונג זענען זיי זעענדיק געווארן, און האבן אים נאכגעפאלגט.
<- מתתיהו 19מתתיהו 21 ->
Languages