9 און ער איז אוועק פון דארטן, און איז געגאנגען אין זייער שול אריין. 10 און זע, דארט איז געווען א מענטש מיט א פארדארטער האנט. און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: מעג מען שבת היילן? כדי זיי זאלן קענען אים באשולדיקן. 11 ער אבער האט צו זיי געזאגט: וועלכער איז דער מענטש צווישן אייך, וואס וועט האבן איין שאף, און אויב די דאזיקע וועט שבת אריינפאלן אין א גרוב, וועט ער זי דען נישט אנכאפן, און ארויסשלעפן? 12 און וויפל איז א מענטש מער ווערט ווי א שאף! דעריבער מעג מען שבת טאן גוטס. 13 דעמאלט זאגט ער צו דעם מענטשן: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זי איז ווידער געווארן געזונט ווי די אנדערע. 14 די פרושים אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך באראטן קעגן אים, ווי אזוי זיי זאלן אים אומברענגען. 15 יהושע/ישוע האט זיך אבער דערפון דערוואוסט, און איז אוועק פונדאנען; און א סך האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אלע געהיילט, 16 און זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן אים נישט מפרסם זיין, 17 כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיהו הנביא, אזוי צו זאגן:
22 דעמאלט האט מען צו אים געברענגט א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט, בלינד און שטום, און ער האט אים געהיילט, אז דער שטומער האט סיי גערעדט סיי געזען. 23 און די אלע המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: איז ער נישט אפשר דער בן דוד? 24 ווען די פרושים אבער האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער טרייבט נישט ארויס קיין בייזע גייסטער, אחוץ דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער! 25 און וויסנדיק זייערע געדאנקען, האט ער צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, ווערט פארוויסט; און יעדע שטאט אדער הויז, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, וועט נישט בלייבן שטיין. 26 און אויב דער שׂטן טרייבט ארויס דעם שׂטן, איז ער נישט אייניק מיט זיך אליין: ווי אזוי זשע וועט זיין קעניגרייך האבן א קיום? 27 און אויב איך טרייב ארויס בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים. 28 אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם גייסט פון ה׳, אזוי איז שוין ה׳ס קעניגרייך געקומען צו אייך. 29 אדער ווי אזוי קען עמיצער אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור, און אוועקרויבן זיינע זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור? און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז. 30 ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און דער, וואס זאמלט נישט איין מיט מיר, צעשפרייט. 31 דערפאר זאג איך אייך: יעדע זינד און לעסטערונג וועט די מענטשן פארגעבן ווערן; נאר די לעסטערונג פון דעם גייסט וועט נישט פארגעבן ווערן. 32 און אויב עס וועט ווער זאגן א ווארט קעגן דעם בר אנש, וועט עס אים פארגעבן ווערן; נאר ווער עס וועט רעדן קעגן דעם רוח הקודש, וועט עס אים נישט פארגעבן ווערן, נישט אין דער דאזיקער וועלט, נישט לעולם הבא. 33 אדער מאכט דעם בוים גוט, און זיין פרוכט גוט; אדער מאכט דעם בוים שלעכט, און זיין פרוכט שלעכט! מחמת פון די פירות דערקענט מען דעם בוים. 34 איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל. 35 דער גוטער מענטש ברענגט ארויס גוטע זאכן פון זיין גוטן אוצר, און דער בייזער מענטש ברענגט ארויס בייז פון זיין בייזן אוצר. 36 איך זאג אייך אבער, אז יעדעס פוסטע ווארט, וואס מענטשן וועלן רעדן, וועלן זיי מוזן אפגעבן א חשבון דערפון אינם יום הדין. 37 מחמת פון דיינע ווערטער וועסטו גערעכטפערטיקט ווערן, און פון דיינע ווערטער וועסטו פארמשפט ווערן.
38 דעמאלט האבן אים אייניקע פון די סופרים און פרושים געענטפערט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווילן זען א צייכן פון דיר! 39 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: א בייז און נואפדיק דור באגערט א צייכן, און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה הנביא. 40 ווייל אזוי ווי יונה איז געווען דריי טעג און דריי נעכט אין די געדערעם פון דעם ריזנפיש, אזוי וועט דער בר אנש זיין דריי טעג און דריי נעכט אין דעם הארץ פון דער ערד. 41 די לייט פון נינוה וועלן אויפשטיין אין דעם משפט מיט דעם דאזיקן דור, און וועלן עס פאראורטיילן; ווייל זיי האבן תשובה געטאן אויף יונהס רוף; און זע, א גרעסערער ווי יונה איז דא דא. 42 די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אין דעם משפט מיט דעם דאזיקן דור, און וועט עס פאראורטיילן; ווייל זי איז געקומען פון עק וועלט צו הערן שלמהס חכמה; און זע, א גרעסערער ווי שלמה איז דא דא. 43 ווען אבער דער אומריינער גייסט גייט ארויס פון דעם מענטשן, גייט ער איבער ערטער, וואו עס איז קיין וואסער נישטא, זוכנדיק מנוחה, און געפינט נישט. 44 זאגט ער דעמאלט; איך וועל מיך אומקערן אין מיין הויז אריין, פונוואנען איך בין ארויסגעגאנגען; און ווען ער קומט, געפינט ער עס ליידיק, אויסגעקערט, און אויסגעצירט. 45 דאן גייט ער, און נעמט מיט זיך זיבן אנדערע גייסטער, ערגערע ווי ער אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארט; און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב. אָט אזוי וועט עס זיין מיט דעם דאזיקן בייזן דור.
46 און בשעת ער האט נאך גערעדט צו די המונים מענטשן, זע, זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געשטאנען אינדרויסן, און האבן באגערט צו רעדן מיט אים. 47 און עמיצער האט צו אים געזאגט: זע, דיין מוטער און דיינע ברידער שטייען אינדרויסן, און ווילן רעדן מיט דיר. 48 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו דעם, וואס האט עס אים געזאגט: ווער איז מיין מוטער, און ווער זענען מיינע ברידער? 49 און האט אויסגעשטרעקט זיין האנט אויף זיינע תלמידים, און געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער! 50 מחמת ווער עס וועט טאן דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל, דער זעלביקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער!
<- מתתיהו 11מתתיהו 13 ->
Languages