13 און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און געזאגט: איך וויל, זיי ריין! און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק. 14 און ער האט אים באפוילן, עס קיינעמען נישט אויסצוזאגן, נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב פאר דיין רייניקונג, אזוי ווי משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי! (ויקרא יד, א-לב.) 15 אבער דער באריכט וועגן אים האט זיך נאכמער פארשפרייט, און גרויסע מאסן מענטשן זענען זיך צוזאמענגעקומען, אים צו הערן און געהיילט צו ווערן פון זייערע שלאפקייטן. 16 נאר ער האט זיך צוריקגעצויגן אין די מדבריות אריין און תפילה געטאן.
17 און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן. 18 און זע, מענער האבן געטראגן אויף א בעט א מענטשן, וועלכער איז געווען פאראליזשירט; און האבן געזוכט אים אריינצוברענגען, און צו לייגן פאר אים. 19 און נישט געפינענדיק (קיין מעגלעכקייט) וויאזוי זיי זאלן אים אריינברענגען צוליב דעם המון מענטשן, זענען זיי ארויפגעשטיגן אויפן דאך, און האבן אים אראפגעלאזט דורך די שינדלען מיט דעם בעטל אין דער מיט פאר יהושען/ישוען. 20 און ווען יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט: מענטש, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! 21 און די סופרים און די פרושים האבן אנגעהויבן נאכצוטראכטן, אזוי צו זאגן: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס לעסטערונגען? ווער קען דאס מוחל זיין זינד, אחוץ ה׳ אליין? 22 יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער? 23 וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן, אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי? 24 נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינד—האט ער געזאגט צום פאראליטיקער—דיר זאג איך, שטיי אויף און נעם דיין בעטל און גיי אהיים! 25 און אין אן אויגנבליק איז ער אויפגעשטאנען פאר זיי, האט גענומען דאס (בעטל) אויף וועלכן ער איז געלעגן, און איז אוועק אהיים לויבנדיק ה׳. 26 און א דערשטוינונג האט אלעמען אנגעכאפט, און זיי האבן געלויבט ה׳; און זענען אנגעפילט געווארן מיט מורא און האבן געזאגט: אומגלויבלעכע זאכן האבן מיר היינט געזען!
27 און נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען און האט געזען א שטייער אויפמאנער, מיט דעם נאמען לוי, זיצן ביים שטייער אמט, און האט צו אים געזאגט: פאלג מיר נאך! 28 און ער האט אלץ פארלאזט, איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט. 29 און לוי האט פאר אים געמאכט א גרויס מאלצייט אין זיין הויז, און עס איז געווען א גרויסער עולם שטייער אויפמאנער און אנדערע, וואס זענען געזעסן מיט זיי (ביים טיש). 30 און די פרושים און זייערע סופרים האבן געמורמלט צו די תלמידים זיינע, אזוי צו זאגן: פארוואס עסט איר און טרינקט מיט שטייער אויפמאנער און זינדער? 31 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: נישט די געזונטע נויטיקן זיך אין א רופא, נאר די קראנקע; 32 איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים צו תשובה! 33 זיי אבער האבן געזאגט צו אים: יוחננס תלמידים פאסטן אפט און טאן תפילה, אזוי טאן אויך די תלמידים פון די פרושים; דיינע אבער עסן און טרינקען. 34 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: צי קענט איר דען מאכן פאסטן די חתונה לייט בשעת דער חתן איז מיט זיי? 35 עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט אוועקגענומען ווערן פון זיי; דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענע טעג. 36 און האט אויך געזאגט א משל צו זיי: קיינער שניידט נישט אפ קיין לאטע פון א נייעם בגד און לייגט זי אויף אן אלטן בגד; ווייל אויב יא, איז סאי ער שניידט אפ דאס נייע, סאי די לאטע פונם נייעם פאסט נישט דעם אלטן. 37 עס גיסט אויך קיינער נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען; ווייל אויב יא, צערייסט דער נייער וויין די לאגלען, און ווערט אליין אויסגעגאסן און די לאגלען גייען פארלוירן; 38 נאר נייעם וויין מוז מען אריינגיסן אין נייע לאגלען. 39 און קיינער, וואס האט געטרונקען אלטן, וויל נייעם; ווארום ער זאגט: דער אלטער איז גוט!
<- לוקאס 4לוקאס 6 ->
Languages