11 און ווען זיי האבן דאס געהערט, האט ער ווידער געזאגט א משל, צוליב דעם וואס ער איז געווען נאענט צו ירושלים, און זיי האבן געמיינט, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ מוז באלד דערשיינען. 12 ער האט דעריבער געזאגט: א געוויסער איידלמאן איז אוועק אין א ווייט לאנד אריין, צו נעמען פאר זיך א מלכות, און זיך אומצוקערן. 13 און ער האט גערופן צען קנעכט זיינע, און זיי געגעבן צען מנים, און געזאגט צו זיי: האנדלט, ביז איך קום צוריק. 14 זיינע בירגער אבער האבן אים געהאסט, און האבן געשיקט שליחים נאך אים, אזוי צו זאגן: מיר ווילן נישט, אז דער דאזיקער זאל קעניגן איבער אונדז! 15 און עס איז געשען, ווען ער איז צוריקגעקומען, נאך דעם ווי ער האט גענומען דאס מלכות, האט ער געהייסן רופן די דאזיקע קנעכט זיינע צו זיך, צו וועלכע ער האט געגעבן דאס געלט, כדי ער זאל וויסן ווער עס האט וואס איינגעהאנדלט. 16 און דער ערשטער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, דיין מנה האט אריינגעברענגט צען מנים! 17 און ער האט צו אים געזאגט: וואויל, דו גוטער קנעכט! ווייל דו ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, זאלסטו האבן מאכט איבער צען שטעט! 18 און דער צווייטער איז געקומען, און האט געזאגט: דיין מנה, האר, האט דערווארבן פינף מנים! 19 און ער האט געזאגט אויך צו דעם דאזיקן: און דו זאלסט זיין איבער פינף שטעט! 20 און אן אנדערער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, אָט איז דיין מנה, וואס איך האב געהאט באהאלטן אין א טיכל! 21 ווארום איך האב מיך געפארכטן פאר דיר, ווייל דו ביסט א שטרענגער מענטש; דו נעמסט, וואס דו האסט נישט אנידערגעלייגט, און שניידסט דאס, וואס דו האסט נישט פארזייט. 22 זאגט ער צו אים: אויס דיין אייגן מויל וועל איך דיך משפטן, דו געמיינער קנעכט! דו האסט געוואוסט, אז איך בין א שטרענגער מענטש, איך נעם, וואס איך האב נישט אנידערגעלייגט, און שנייד, וואס איך האב נישט פארזייט; 23 און פארוואס האסטו נישט אריינגעגעבן מיין געלט אין א באנק, און איך וואלט עס ביי מיין צוריק קער אויפגעמאנט מיט צינזן? 24 און ער האט געזאגט צו די, וואס זענען געשטאנען ארום: נעמט אוועק פון אים די מנה, און גיט זי צו דעם, וואס האט די צען מנים! 25 און זיי האבן געזאגט צו אים: האר, ער האט דאך שוין צען מנים. 26 איך זאג אייך, אז יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט אפילו אוועקגענומען ווערן דאס, וואס ער האט יא. 27 דאך די דאזיקע שונאים מיינע, וואס האבן נישט געוואלט, אז איך זאל קעניגן איבער זיי, ברענגט אהער, און דערהרגעט זיי פאר מיר! 28 און ווען ער האט דאס געזאגט, איז ער אוועק פארויס, און איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
29 און עס איז געשען, ווען ער האט זיך דערנענטערט קיין בית‑פגי און בית‑היני ביים בארג, וואס האט געהייסן הר הזיתים, האט ער געשיקט צוויי פון די תלמידים, 30 און געזאגט: גייט אריין אין דעם דארף אנטקעגנאיבער; און ווען איר וועט דארט אריינקומען, וועט איר געפינען א יונג אייזל אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אויף און ברענגט עס צו אהער. 31 און אויב עמיצער וועט אייך פרעגן: פארוואס בינדט איר עס אויף? זאלט איר אזוי זאגן: דער האר דארף עס האבן! 32 און די שליחים זענען אהינגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט. 33 און ווען זיי האבן אויפגעבונדן דאס יונגע אייזל, האבן זיינע בעלי בתים געזאגט צו זיי: פארוואס בינדט איר אויף דאס אייזל? 34 און זיי האבן געזאגט: דער האר דארף עס האבן! 35 און זיי האבן עס געברענגט צו יהושען/ישוען, און האבן ארויפגעווארפן זייערע מלבושים אויף דעם אייזל, און ארויפגעזעצט יהושען/ישוען דערויף. (זכריה ט, ט.) 36 און בשעת ער איז געגאנגען, האבן זיי אויסגעשפרייט זייערע קליידער אויפן וועג. 37 און ווען ער האט זיך שוין דערנענטערט צום אראפגאנג פון דעם הר הזיתים, האט די גאנצע מאסע תלמידים אנגעהויבן פריידיק צו לויבן ה׳ מיט א הויך קול פאר אלע גבורות, וואס זיי האבן געזען, 38 און האבן געזאגט:
41 און ווי ער איז צוגעקומען נענטער און האט געזען די שטאט, האט ער זיך צעוויינט איבער איר, 42 אזוי צו זאגן, אָ, ווען אויך דו וואלסט געוואוסט אין דעם דאזיקן טאג דאס, וואס האט א שייכות צו דיין שלום! איצט אבער איז עס פארהוילן פון דיינע אויגן. 43 עס וועלן קומען טעג אויף דיר, און דיינע שונאים וועלן ווארפן א וואל ארום דיר, און וועלן דיך ארומרינגלען, און באלאגערן פון אלע זייטן; 44 און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן!
45 און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די הענדלער, 46 זאגנדיק צו זיי: עס שטייט געשריבן: מיין הויז וועט זיין א הויז פון תפילה (ישעיהו נו, ז.); איר אבער האט דערפון געמאכט א הייל פון רויבער! (ירמיהו ז, יא.)
47 און ער האט געלערנט טאג טעגלעך אין בית המקדש; די הויפט כהנים אבער און די סופרים און די ראשים פונם פאלק האבן געזוכט אים אומצוברענגען. 48 און האבן נישט געפונען, וואס זיי זאלן טאן; ווארום דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט צו אים מיט גרויסער ערנסטקייט.
<- לוקאס 18לוקאס 20 ->
Languages