17 און די זיבעציק האבן זיך אומגעקערט מיט פרייד, אזוי צו זאגן: האר, אפילו די בייזע גייסטער זענען אונטערטעניק צו אונדז אין דיין נאמען! 18 ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב געזען דעם שׂטן פאלן, ווי א בליץ פון הימל. 19 זע, איך האב אייך געגעבן די מאכט צו טרעטן אויף שלאנגען און עקדישן און איבער יעדער גבורה פון דעם שונא; און עס וועט אייך גארנישט שאטן. 20 דאך זאלט איר זיך נישט פרייען מיט דעם דאזיקן, וואס די גייסטער זענען אייך אונטערטעניק; נאר פריידט זיך, ווייל אייערע נעמען זענען איינגעשריבן אין הימל!
21 און אין דער זעלביקער שעה האט ער זיך געפריידט אינם רוח הקודש און געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, ווייל דו האסט פארהוילן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און האסט זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער; יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעליק פאר דיר. 22 אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער; און קיינער ווייסט נישט, ווער דער זון איז, אחוץ דער פאטער; און ווער דער פאטער איז, (ווייסט קיינער נישט) אחוץ דער זון, און דער, צו וועמען דער זון וויל עס אנטפלעקן. 23 און אויסדרייענדיק זיך צו די תלמידים האט ער געזאגט צו זיי אליין: געבענטשט זענען די אויגן, וועלכע זען, וואס איר זעט; 24 ווארום איך זאג אייך, אז א סך נביאים און מלכים האבן באגערט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט.
25 און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן? 26 און ער האט צו אים געזאגט: וואס שטייט געשריבן אין דער תורה? וויאזוי לייענסטו? 27 האט ער ענטפערנדיק געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר, דיין ג‑ט, מיטן גאנצן הארצן דיינעם און מיט דיין גאנץ נפש און מיט דיין גאנצער קראפט און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און דיין חבר ווי דיך אליין! (דברים ו, ה; ויקרא יט, יח.) 28 האט ער צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געענטפערט; טו דאס דאזיקע, און דו וועסט לעבן. 29 ער אבער, ווילנדיק זיך אליין גערעכטפערטיקן, האט געזאגט צו יהושען/ישוען: און ווער איז מיין חבר? 30 האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: א געוויסער מענטש איז אראפגעגאנגען פון ירושלים קיין יריחו און איז אריינגעפאלן צווישן גזלנים; און זיי האבן אים אויסגעטאן און אים באלייגט מיט בלוטיקע שלעק און זענען אוועקגעגאנגען איבערלאזנדיק אים א האלב טויטן. 31 און מעשה צופאל איז א כהן אראפגעגאנגען אויף יענעם וועג; און ווי ער האט אים דערזען, איז ער אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען. 32 און אויך אזוי א לוי, קומענדיק צו דעם ארט און זעענדיק אים, איז אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען. 33 א געוויסער שומרוני אבער, אונטערוועגנס, איז אהינגעקומען צו אים, און ווי ער האט אים דערזען, האט ער זיך דערבארעמט 34 און איז צוגעגאנגען און האט אים פארבונדן די וואונדן זיינע און ארויפגעגאסן אייל און וויין; און אים ארויפגעזעצט אויף זיין אייגענער בהמה און אוועקגעפירט אין אן אכסניה אריין און אים געזארגט. 35 און צומארגנס האט ער ארויסגענומען צוויי דינרים און זיי געגעבן דעם בעל אכסניה און געזאגט: קוק דיך אום אויף אים! און וואס דו וועסט אויסגעבן מער, וועל איך דיר באצאלן ווען איך וועל מיך אומקערן. 36 ווער פון די דאזיקע דריי, מיינסטו, איז געווען א חבר צו אים, וואס איז אריינגעפאלן צווישן די גזלנים? 37 און ער האט געזאגט: דער, וואס האט געטאן חסד מיט אים! און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי, און טו אויך אזוי!
38 און בשעת זיי זענען ווייטער געגאנגען, איז ער אריינגעקומען אין א געוויס דארף; און א פרוי מיט דעם נאמען מרתא האט אים אויפגענומען אין איר הויז אריין. 39 און זי האט געהאט א שוועסטער, וואס האט געהייסן מרים, וועלכע האט זיך אויך אנידערגעזעצט ביי דעם הארס פיס און זיך צוגעהערט צו זיין ווארט. 40 מרתא אבער האט זיך זייער געפארעט איבער א סך באדינען; און זי איז צוגעקומען און געזאגט: האר, עס קימערט דיך נישט וואס מיין שוועסטער האט מיך איבערגעלאזט איינע אליין צו באדינען? זאג זשע איר, אז זי זאל מיר צוהעלפן. 41 און דער האר האט איר ענטפערנדיק געזאגט: מרתא, מרתא, דו זארגסט דיך און קימערסט דיך וועגן א סך זאכן; 42 אבער נאר עפעס, איין זאך איז נייטיק; און מרים האט אויסדערוויילט דעם גוטן חלק, וואס וועט פון איר נישט אוועקגענומען ווערן!
<- לוקאס 9לוקאס 11 ->
Languages