9 און א גרויסער המון יידן האט זיך דערוואוסט, אז ער געפינט זיך דארטן; און זיי זענען געקומען נישט בלויז צוליב יהושען/ישוען, נאר אויך כדי צו זען אלעזרן, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע. 10 די הויפט כהנים אבער האבן זיך באראטן, אפילו אלעזרן צו טייטן; 11 ווייל א סך פון די יידן זענען צוליב אים אוועקגעגאנגען, און האבן געגלויבט אין יהושען/ישוען.
12 צומארגנס האט דער המון עם, וואס איז געקומען אויף יום טוב, געהערט, אז יהושע/ישוע קומט קיין ירושלים, 13 האבן זיי גענומען פאלמענצווייגן, און זענען ארויס אים אנטקעגנצוגיין, און האבן געשריגן:
20 און עס זענען געווען אייניקע גריכן צווישן די, וואס האבן עולה רגל געווען, כדי זיך צו בוקן דעם יום טוב; 21 און זיי זענען צוגעקומען צו פיליפוסן, וואס האט געשטאמט פון בית‑צידה אין גליל, און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האר, מיר ווילן זען יהושען/ישוען. 22 קומט פיליפוס און זאגט עס צו אנדריי; קומט אנדריי מיט פיליפוסן און זאגן עס צו יהושען/ישוען; 23 יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: עס איז געקומען די שעה, אז דער בר אנש זאל פארהערלעכט ווערן. 24 באמת, באמת זאג איך אייך: אויב דאס קערנדל ווייץ פאלט אין דער ערד אריין און שטארבט נישט, בלייבט עס אליין; אויב אבער עס שטארבט יא, ברענגט עס א סך פירות. 25 דער, וואס האט ליב זיין נפש, פארלירט עס; און דער, וואס האט פיינט זיין נפש אין דער דאזיקער וועלט, וועט עס אפהיטן צום אייביקן לעבן. 26 אויב עמיצער דינט מיך, זאל ער מיר נאכפאלגן; און וואו איך בין, דארט וועט אויך מיין דינער זיין; אויב עמיצער דינט מיך, וועט דער פאטער אים אפגעבן כבוד. 27 איצט איז מיין נפש באאומרואיקט; און וואס זאל איך זאגן? פאטער, זיי מיך מציל פון דער דאזיקער שעה? אבער צוליב דעם בין איך דאך געקומען צו דער דאזיקער שעה. 28 פאטער, פארהערלעך דיין נאמען! און עס איז געקומען א קול פון הימל: איך האב שוין פארהערלעכט און וועל ווידער פארהערלעכן. 29 דער המון מענטשן, וואס איז געשטאנען און זיך צוגעהערט, האט געזאגט, עס האט געדונערט; אנדערע האבן געזאגט: א מלאך האט גערעדט צו אים. 30 האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט; נישט צוליב מיר איז דאס דאזיקע קול געקומען, נאר צוליב אייך. 31 איצט איז דאס משפט פון דער דאזיקער וועלט; איצט וועט דער שר פון דער דאזיקער וועלט ארויסגעווארפן ווערן אינדרויסן. 32 און איך, ווען איך וועל אויפגעהויבן ווערן פון דער ערד, וועל ציען אלעמען צו מיר. 33 דאס דאזיקע האט ער געזאגט, מרמז צו זיין, מיט וואס פאר א טויט ער גייט שטארבן. 34 דער עולם האט דעריבער געענטפערט צו אים: מיר האבן געהערט פון דער תורה, אז דער משיח בלייבט אויף אייביק; און וויאזוי זשע זאגסטו: דער בר אנש מוז אויפגעהויבן ווערן? ווער איז דאס דער דאזיקער בר אנש? 35 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: נאך א קליינע וויילע איז דאס ליכט צווישן אייך. גייט זשע אינם ליכט בשעת איר האט עס, כדי די פינצטערניש זאל אייך נישט איבערפאלן; און דער, וואס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט נישט וואו ער גייט. 36 בשעת איר האט דאס ליכט, גלויבט אינם ליכט, כדי איר זאלט ווערן קינדער פונם ליכט. דאס האט יהושע/ישוע גערעדט, און איז אוועקגעגאנגען, און האט זיך פארבארגן פון זיי. 37 און הגם ער האט געטאן פאר זיי אזויפיל נסים, האבן זיי (אלץ) נישט געגלויבט אין אים; 38 כדי דאס ווארט פון ישעיהו הנביא זאל מקוים ווערן, וואס ער האט געזאגט:
44 און יהושע/ישוע האט אויסגערופן און געזאגט: דער, וואס גלויבט אין מיר, גלויבט נישט אין מיר, נאר אין דעם, וואס האט מיך געשיקט. 45 און דער, וואס זעט מיך, זעט דעם, וואס האט מיך געשיקט. 46 איך בין געקומען א ליכט אין דער וועלט אריין, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין מיר, זאל נישט בלייבן אין דער פינצטערניש. 47 און אויב עמיצער הערט מיינע רייד, און היט זיי נישט, וועל איך אים נישט משפטן; ווארום איך בין נישט געקומען, כדי איך זאל משפטן די וועלט, נאר כדי איך זאל ראטעווען די וועלט. 48 דער, וואס ווארפט מיך אפ און נעמט נישט אָן מיינע רייד, האט שוין זיין שופט; דאס ווארט, וואס איך האב גערעדט, דאס וועט אים משפטן אין דעם לעצטן טאג. 49 ווייל איך האב פון מיר אליין נישט גערעדט; נאר ער, וואס האט מיך געשיקט, דער פאטער אליין, האט מיר געגעבן א געבאט, וואס איך זאל זאגן, און וואס איך זאל רעדן. 50 און איך ווייס, אז זיין געבאט איז אייביק לעבן. דעריבער וואס איך רעד, רעד איך אזוי, ווי דער פאטער האט צו מיר גערעדט.
<- יוחנן 11יוחנן 13 ->
Languages