4 נו, באטראכט ווי גרויס עס איז געווען דער דאזיקער מענטש, צו וועמען אברהם אבינו האט געגעבן מעשר פון דעם מלחמה-געווינסט. 5 און די, פון די בני לוי, וואס האבן באקומען די כהונה, האבן א מצווה פון דער תורה, צו נעמען מעשר פון פאלק, דאס הייסט זייערע ברידער, הגם זיי קומען ארויס פון אברהמס לענדן; 6 אבער ער, וואס שטאמט נישט אפ פון זיי, האט גענומען מעשר פון אברהמען און געבענטשט אים, וואס האט געהאט די הבטחות. 7 און עס איז דאך אָן ווידערשפרוך, אז דער קלענערער ווערט געבענטשט פונם גרעסערן. 8 און דא נעמען שטערבלעכע מענטשן מעשרות, דארטן אבער איינער, וועגן וועמען עס ווערט עדות געזאגט, אז ער לעבט. 9 און, עס איז אזוי צו זאגן, דורך אברהמען האט אויך לוי, ער, וואס נעמט מעשר, געגעבן מעשר; 10 ווארום ער איז נאך דאן געווען אין די לענדן פון זיין פאטער, ווען מלכי‑צדק איז אים אנטקעגנגעגאנגען.
11 דעריבער, אויב די שלימות וואלט טאקע געווען דורך דער כהונה פון די לוויים, אונטער וועלכער די תורה איז געגעבן געווארן צום פאלק, צו וואס איז נאך נויטיק, אז אן אנדערער כהן גדול זאל אויפשטיין לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק, און נישט גערופן ווערן לויט דער ארדנונג פון אהרן? 12 ווארום מיט דער ענדערונג אין דער כהונה מוז אויך זיין אן ענדערונג אין דער תורה. 13 ווייל ער, פון וועמען די דאזיקע זאכן זענען געזאגט געווארן, האט באלאנגט צו אן אנדער שבט, פון וועלכן קיינער האט נישט געדינט ביים מזבח. 14 ווארום עס איז קלאר, אז אונדזער האר האט געשטאמט פון יהודה, וועגן וועלכן שבט משה האט גארנישט געזאגט וואס שייך כהנים. 15 און עס איז נאכמער קלאר, אויב אן אנדערער כהן שטייט אויף לויט דער ענלעכקייט פון מלכי‑צדק, 16 וועלכער איז נישט געווארן לויט א געזעץ פון א פליישלעך געבאט, נאר לויט דער קראפט פון אן אומענדלעך לעבן; 17 ווארום עס איז עדות געזאגט געווארן וועגן אים:
26 ווארום פאר אונדז איז געווען פאסן אזא כהן גדול, (וואס איז) הייליק, אומשולדיק, לויטער, אפגעזונדערט פון חוטאים און דערהייבט איבער די הימלען; 27 וועלכער נויטיקט זיך נישט טאג אויס טאג איין, ווי יענע כהנים גדולים, קודם כל מקריב צו זיין קרבנות פאר אייגענע זינד, דערנאך פאר די זינד פונם פאלק; דאס דאזיקע האט ער געטאן איינמאל פאר אלעמאל, מקריב זייענדיק זיך אליין. 28 ווארום די תורה האט באשטימט פאר כהנים גדולים מענטשן, וואס האבן געהאט שוואכקייט; אבער דאס ווארט פון דער שבועה, וואס איז שפעטער ווי די תורה, באשטימט דעם זון, וואס איז געמאכט פולקום אויף אייביק.
<- בריוו צו די יידן 6בריוו צו די יידן 8 ->
Languages