17 דורך אמונה האט אברהם מקריב געווען יצחקן, ווען ער איז אויסגעפרואווט געווארן; דער, וואס האט אנגענומען די הבטחות, האט געברענגט צו (דער עקידה) זיין בן יחיד; 18 צו וועמען עס איז געזאגט געווארן: אין יצחקן וועט דיר גערופן ווערן זאמען; 19 רעכענענדיק, אז ה׳ איז אימשטאנד אים אויפצוועקן אויך פון די טויטע; פונוואנען ער האט אים טאקע צוריקבאקומען בדרך משל. 20 דורך אמונה האט אויך יצחק געבענטשט יעקבן און עשיון וועגן צוקונפטיקע זאכן. 21 דורך אמונה האט יעקב ביים שטארבן געבענטשט יעדן פון יוספס זין, און זיך געבוקט, (אנגעלענט) אויפן קאפ פון זיין שטעקן (תרגום השבעים). 22 דורך אמונה האט יוסף ביים שטארבן דערמאנט די קינדער ישראל פון זייער ארויסגיין (פון מצרים); און זיי באפוילן וועגן זיינע ביינער.
23 דורך אמונה איז משה באהאלטן געווארן פון זיינע עלטערן דריי חדשים לאנג, ווייל זיי האבן געזען, אז ער איז א שיין קינד, און האבן זיך נישט געשראקן פאר דעם קעניגס באפעל. 24 דורך אמונה האט משה, ווען ער איז גרויס געווארן, זיך אפגעזאגט צו הייסן פרעהס טאכטערס זון, 25 אויסוויילנדיק א סך ליבער צו ליידן מיט ה׳ס פאלק, ווי א הנאה צו האבן אויף א געוויסער צייט פון דעם פארגעניגן פון זינד, 26 האלטנדיק די חרפה פונם משיח פאר א גרעסער עשירות ווי די אוצרות פון מצרים, ווייל ער האט געבליקט אויף דער שכר פארגעלטונג. 27 דורך אמונה האט ער פארלאזט מצרים, נישט שרעקנדיק זיך פאר דעם קעניגס גרימצארן; ווארום ער האט זיך געשטארקט, ווי ער וואלט געזען אים, וועמעס פנים מען קען נישט זען. 28 דורך אמונה האט ער געמאכט דעם פסח און דאס שפריצן דאס בלוט, כדי דער משחית פון די בכורים זאל זיי נישט אנרירן. 29 דורך אמונה זענען זיי אריבערגעגאנגען דעם ים סוף, ווי אויף טרוקענער ערד, וואס די מצריים האבן פארזוכט און זענען דערטרונקען געווארן. 30 דורך אמונה זענען די מויערן פון יריחו איינגעפאלן, נאכדעם ווי מען האט זיי ארומגערינגלט זיבן טעג. 31 דורך אמונה איז רחב הזונה נישט אומגעקומען מיט די אומגלויביקע, ווייל זי האט אויפגענומען די מרגלים בשלום. 32 און וואס נאך זאל איך זאגן? ווארום עס וועט מיר פעלן צייט צו דערציילן וועגן גדעון, ברק, שמשון, יפתח, דוד און שמואל און די נביאים; 33 וועלכע האבן דורך אמונה איינגענומען קעניגרייכן, געטאן גערעכטיקייט, דערגרייכט הבטחות, פארשטאפט די מיילער פון לייבן, 34 אויסגעלאשן די קראפט פון פייער, אנטלאפן פון דער שארף פון דער שווערד, שטארק געווארן פון שוואכקייט, געווארן גיבורים אין מלחמה, געמאכט פרעמדע חיילות אנטלויפן. 35 פרויען האבן צוריקבאקומען זייערע טויטע דורך תחית המתים; און אנדערע זענען געפייניקט געווארן, נישט אננעמענדיק קיין באפרייאונג, כדי זיי זאלן דערגרייכן א בעסער תחית המתים; 36 און אנדערע זענען אויסגעפרואווט געווארן דורך שפאט און שלעק און אויך דורך קייטן און תפיסה; 37 זיי זענען געשטייניקט געווארן, אויסגעפרואווט געווארן, דורכגעזעגט געווארן, געשטארבן דעם טויט פון דער שווערד, ארומגעגאנגען אין שאפן און אין ציגן פעל, געווען אין נויט, אונטערגעדריקט, שלעכט באהאנדלט, 38 וואס די וועלט איז זיי נישט ווערט געווען; זיי האבן געבלאנדזשעט אין מדבריות: און אויף בערג, אין היילן און אין די לעכער פון דער ערד. 39 און זיי אלע, וועמען עס איז געגעבן געווארן אן עדות דורך אמונה, האבן נישט מקבל געווען די הבטחה, 40 ווייל ה׳ האט פארויסגעזען עפעס בעסערס פאר אונדז, כדי זיי זאלן נישט ווערן שלמותדיק אָן אונדז.
<- בריוו צו די יידן 10בריוו צו די יידן 12 ->
Languages