6 דער, וועלכער ווערט געלערנט אין ווארט, זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס לערנט אים. 7 נארט זיך נישט אליין אפ; ה׳ לאזט נישט אפשפאטן פון זיך; ווארום וואס א מענטש וועט נאר זייען, דאס דאזיקע וועט ער אויך שניידן. 8 ווייל דער, וועלכער זייעט אויף זיין פלייש, וועט פון דעם פלייש שניידן פארדארבונג; דער אבער, וועלכער זייעט אויף דעם גייסט, וועט פון דעם גייסט שניידן אייביק לעבן. 9 לאמיר נישט ווערן מיד צו טאן גוטס; ווארום מיר וועלן שניידן אין דער געהעריקער צייט, אויב מיר וועלן נישט מאט ווערן. 10 דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה.
11 זעט מיט וואס פאר א גרויסע אותיות איך האב געשריבן צו אייך מיט מיין (אייגענער) האנט. 12 אלע, וואס ווילן מאכן א שיין פנים אינם פלייש, צווינגען אייך זיך צו לאזן מל זיין; בלויז כדי זיי זאלן נישט גערודפט ווערן פארן בוים פון משיח. 13 ווארום אפילו די געמלטע אליין היטן נישט אפ די געזעץ (פון תרי״ג פארדינען זיך זכות); נאר זיי ווילן, אז איר זאלט זיך מל זיין, כדי זיי זאלן זיך בארימען מיט אייער פלייש. 14 פאר מיר אבער חלילה זאל עס זיין זיך צו בארימען, אחוץ מיט דעם בוים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, דורך וועלכן די עולם הזה איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן צו מיר, און איך צו דער עולם הזה. 15 ווארום נישט מילה נישט ערלה איז עפעס, נאר א נייע באשאפונג. 16 און וויפל עס וועלן לעבן לויט דעם דאזיקן כלל, שלום אויף זיי און רחמים, און אויף דעם ישראל פון ה׳.
17 איבריקנס זאל מיר קיינער (מער נישט) פארשאפן קיין מידיקייט, ווארום איך טראג אין מיין גוף די צייכנס פון דעם (האר) יהושע/ישוע.
18 דער חסד פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח (זאל זיין) מיט אייער גייסט, ברידער. אמן.
<- גאלאטער בריוו 5
Languages