17 דאס דאזיקע זאג איך דעריבער און באשווער אייך אינם האר, אז איר זאלט זיך מער נישט אויפפירן, ווי די אומות (העולם) פירן זיך אויף אין דער נישטיקייט פון זייער שכל, 18 וועלכע זענען פארפינסטערט אין זייער פארשטאנד, פארפרעמדט פון דעם לעבן פון ה׳, צוליב דעם אומוויסן, וואס איז אין זיי, דורך דער פארטעמפטקייט פון זייער הארץ; 19 האבנדיק פארלוירן יעדעס געפיל, האבן זיי זיך איבערגעגעבן צו צעלאזנקייט, צו טאן יעדע טומאה אין (שייכות מיט) געלטגייציקייט. 20 איר אבער האט נישט אזוי געלערנט דעם משיח; 21 אויב איר האט באמת פון אים געהערט און זענט געלערנט געווארן אין אים—ווי דער אמת איז אין יהושען/ישוען— 22 אז וואס שייך דעם פריערדיקן לעבנס־שטייגער זאלט איר אפטאן דעם אלטן מענטשן, וועלכער גייט צו גרונט פון די פארפירערישע תאוות, 23 און באנייט ווערן אינם גייסט פון אייער פארשטאנד. 24 און זאלט זיך אנקליידן דעם נייעם מענטשן, וואס איז באשאפן געווארן לויט (דעם דמות) אלקים אין צדקות און קדושה פונם אמת.
25 דערפאר טוט אפ פון אייך דעם שקר און רעדט דעם אמת, יעדער איינער מיט זיין חבר, ווייל מיר זענען אברים איינער פונם אנדערן. 26 צארנט און זינדיקט נישט. זאל די זון נישט אונטערגיין אויף אייער רוגז; 27 און גיט נישט דעם שׂטן קיין ארט. 28 זאל דער גנב מער נישט גנבענען, נאר ליבער זאל ער ארבעטן, טוענדיק גוטס מיט זיינע אייגענע הענט, כדי ער זאל האבן וואס צו געבן דעם, וואס האט נויט. 29 זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס. 30 און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה. 31 יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות; 32 ווערט אבער גוט איינער צום אנדערן, בארמהערציק, זייט זיך מוחל איינער דעם אנדערן, ווי אויך ה׳ אינם משיח האט אייך מוחל געווען.
<- עפעזער בריוו 3עפעזער בריוו 5 ->
Languages