5 און עס איז געשען, אינדערפרי זענען זיך צונויפגעקומען זייערע שרים און די זקנים און די סופרים אין ירושלים 6 און חנן דער כהן גדול, און קיפא און יוחנן און אלעקסאנדער, און אלע, וואס זענען געווען פון דעם כהן גדולס משפחה. 7 און מען האט זיי אוועקגעשטעלט אין דער מיט, און געפרעגט: מיט וועלכן כוח, אדער מיט וועלכן שם האט איר דאס געטאן? 8 דעמאלט איז פעטרוס פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט געזאגט צו זיי: איר שרים פונם פאלק און זקנים פון ישראל, 9 אויב מען איז אונדז היינט חוקר ודורש וועגן דער טובה צום קראנקן מענטשן, דורך וואס ער איז געהיילט געווארן, 10 זאלט איר אלע וויסן און דאס גאנצע פאלק ישראל, אז אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, דורך דעם דאזיקן שטייט דער מאן געזונט פאר אייך. 11 ער איז דאס דער שטיין, וואס איר, די בוימייסטערס, האט פארווארפן, וועלכער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. 12 און עס איז נישט פאראן קיין ישועה אין קיין אנדערן; ווארום עס איז נישטא אונטערן הימל קיין אנדערער נאמען, וואס איז געגעבן געווארן צווישן מענטשן, דורך וועלכן מיר זאלן געראטעוועט ווערן.
13 און ווען זיי האבן געזען דעם מוט פון פעטרוסן און יוחנן, און האבן פארשטאנען, אז זיי זענען אומגעלערנטע און איינפאכע מענטשן, האבן זיי זיך געוואונדערט, און דערקענט, אז זיי זענען געווען מיט יהושען/ישוען. 14 און זעענדיק דעם מענטשן, וואס איז געהיילט געווארן, שטיין מיט זיי, האבן זיי נישט געהאט וואס אקייגנצורעדן. 15 נאר באפעלנדיק זיי ארויסצוגיין אינדרויסן פון סנהדרין, האבן זיי זיך באראטן איינער מיטן אנדערן, 16 אזוי צו זאגן: וואס זאלן מיר טאן מיט די דאזיקע מענטשן? ווארום אז א באקאנט נס איז דורך זיי געשען, איז קלאר צו אלע איינוואוינער פון ירושלים, און מיר קענען עס נישט אפלייקענען. 17 נאר כדי עס זאל זיך נישט נאך מער פארשפרייטן צווישן פאלק, לאמיר זיי מזהיר זיין מער נישט צו רעדן צו קיינעם אין דעם דאזיקן נאמען. 18 און האבן זיי גערופן, און באפוילן אינגאנצן נישט צו רעדן און נישט צו לערנען אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע. 19 פעטרוס אבער און יוחנן האבן ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: משפט איר, צי עס איז גערעכט פאר ה׳ אייך מער צו געהארכן ווי ה׳ (אליין); 20 ווארום מיר קענען נישט אנדערש ווי רעדן דאס, וואס מיר האבן געזען און געהערט. 21 און זיי האבן נאכאמאל זיי געווארנט, און אפגעלאזט, נישט געפינענדיק עפעס, פארוואס זיי צו באשטראפן, צוליב דעם פאלק; ווייל אלע האבן געלויבט ה׳ איבער דעם, וואס איז געשען. 22 ווארום דער מענטש איז געווען עלטער ווי פערציק יאר, צו וועמען עס איז געטאן געווארן דאס דאזיקע נס פון רפואה.
23 און ווערנדיק באפרייט, זענען זיי געקומען צו זייערע אייגענע און האבן דערציילט אלץ, וואס די הויפט כהנים און די זקנים האבן צו זיי געזאגט. 24 און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן אלע צוזאמען אויפגעהויבן זייער קול צו ה׳, און געזאגט: אָ האר, דו ביסט עס, וואס האט באשאפן דעם הימל און די ערד און דעם ים, און אלץ, וואס איז אין זיי; 25 דו האסט געזאגט דורך דעם רוח הקודש דורך דעם מויל פון אונדזער פאטער דוד, דיין קנעכט:
32 און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך. 33 און מיט גרויס גבורה האבן די שליחים אפגעגעבן דאס עדות זאגן פון דעם האר ישועס אויפשטיין (תחית המתים); און גרויס חסד איז געווען אויף זיי אלעמען. 34 און עס איז נישט געווען קיין נויטליידנדער צווישן זיי, ווייל אלע, וואס האבן פארמאגט פעלדער אדער הייזער, האבן (די דאזיקע) פארקויפט, און געברענגט די פרייזן פון די פארקויפטע זאכן 35 און אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים; און עס איז צעטיילט געווארן צו יעדן איינעם, לויט זיינע באדערפענישן.
36 און יוסף, וואס האט געקריגן פון די שליחים דעם ביינאמען בר‑נבא (דאס הייסט, זון פון טרייסט), א לוי, געבוירן אין קפריסין, 37 באזיצנדיק א פעלד, האט עס פארקויפט, און געברענגט דאס געלט, און עס אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים.
<- שליחים געשיכטע 3שליחים געשיכטע 5 ->
Languages