13 און נאכן אפלויף פון אייניקע טעג, איז דער קעניג אגריפא מיט בערעניקא געקומען קיין קיסריה און האבן באגריסט פעסטוסן. 14 און היות זיי האבן דארט פארברענגט א סך טעג, האט פעסטוס געלייגט פארן קעניג פוילוסנס זאך, זאגנדיק: פעליקס האט איבערגעלאזט א געוויסן מאן אין קייטן, 15 וועגן וועמען, ווען איך בין געקומען קיין ירושלים, די יידישע הויפט כהנים און זקנים זענען דערשינען פאר מיר, פארלאנגענדיק אן אורטייל קעגן אים; 16 וועמען איך האב געענטפערט, אז עס איז נישט דער מנהג ביי רוימער איבערצוגעבן א מענטשן (צום טויט) איידער דער באשולדיקטער האט די באשולדיקער פאר זיך פנים אל פנים, און באקומט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיקן אויף דער באשולדיקונג. 17 ווען דעריבער זיי זענען זיך אהער צוזאמענגעקומען, האב איך נישט געמאכט קיין אויפהאלט, (נאר גלייך) דעם אנדערן טאג מיך געזעצט אויף דער ריכטער שטול און באפוילן, מען זאל ברענגען דעם מאן. 18 קעגן וועמען די באשולדיקער, אוועקשטעלנדיק זיך, האבן נישט געברענגט קיין שום באשולדיקונג פון פארברעכנס, ווי איך האב חושד געווען, 19 נאר האבן געהאט געוויסע טענות צו אים וועגן זייער אייגענער אמונה, און וועגן א געוויסן יהושע/ישוע, וועלכער איז געשטארבן, און וואס פוילוס זאגט, אז ער לעבט. 20 און איך, זייענדיק אין ספק בנוגע דער אויספארשונג פון אזעלכע שאלות, האב געפרעגט, צי ער וויל גיין קיין ירושלים און דארטן געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן. 21 אזויווי אבער פוילוס האט אפעלירט, צו בלייבן אין ארעסט ביז צו דעם קיסרס אנטשיידונג, האב איך באפוילן, ער זאל באוואכט ווערן, ביז איך וועל אים שיקן צום קיסר. 22 און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: איך אליין וואלט אויך געוואלט הערן דעם מענטשן. צומארגנס, האט ער געזאגט, וועסטו אים הערן.
23 צומארגנס דעריבער, ווען אגריפא איז געקומען מיט בערעניקא מיט גרויס פאראד, און זענען אריינגעגאנגען אינם געריכטזאל מיט די הויפטלייט און אנגעזעענסטע מענער פון דער שטאט, האט פעסטוס געגעבן א באפעל, מען זאל ברענגען פוילוסן. 24 און פעסטוס האט געזאגט; קעניג אגריפא, און איר אלע מענער, וועלכע זענען (דא) אנוועזנד ביי אונדז, איר זעט דעם דאזיקן (מענטשן), וועגן וועמען די גאנצע מאסע פון די יידן האט מיך געבעטן אין ירושלים און אויך דא, שרייענדיק, אז ער טאר לענגער נישט לעבן. 25 איך האב אבער פארשטאנען, אז ער האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה; נאר ווייל ער אליין האט אפעלירט צום קיסר, האב איך באשלאסן אים צו שיקן. 26 איך האב אבער נישט עפעס גענויעס צו שרייבן וועגן אים צו מיין האר. דערפאר האב איך אים געברענגט פאר אייך, און איבערהויפט פאר דיר, קעניג אגריפא, כדי נאך דער אויספארשונג זאל איך האבן וואס צו שרייבן. 27 ווארום עס שיינט מיר אויס נישט לאגיש, צו שיקן א געפאנגענעם, און נישט אנצוגעבן די באשולדיקונגען קעגן אים.
<- שליחים געשיכטע 24שליחים געשיכטע 26 ->
Languages