17 און פון מילעטוס האט ער געשיקט קיין עפעזוס, און געלאזט רופן די זקנים פון דער קהלה. 18 און ווען זיי זענען געקומען צו אים, האט ער צו זיי געזאגט:
איר ווייסט אליין, וויאזוי איך האב מיך אויפגעפירט צווישן אייך די גאנצע צייט, פון דעם ערשטן טאג אָן, ווען איך בין געקומען קיין אזיען, 19 דינענדיק דעם האר מיט יעדער עניוות און מיט טרערן און נסיונות, וועלכע זענען געקומען אויף מיר דורך די פארשווערונגען פון יידן; 20 ווי איך האב גארנישט פארהוילן פון אייך פון דעם, וואס איז נוצלעך, אז איך זאל עס נישט האבן געזאגט צו אייך, און אייך געלערנט, סאי עפנטלעך סאי פון הויז צו הויז, 21 עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. 22 און זע, איצט, געבונדן אינם גייסט, גיי איך קיין ירושלים, נישט וויסנדיק, וואס עס וועט מיך דארטן באגעגענען, 23 אחוץ דעם, וואס דער רוח הקודש איז מעיד צו מיר אין יעדער שטאט, אזוי צו זאגן, אז עס ווארטן אויף מיר קייטן און צרות. 24 נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד. 25 און זע, איצט ווייס איך, אז איר וועט מער קיינמאל נישט זען מיין פנים, איר אלע, צווישן וועמען איך בין ארומגעגאנגען, אויסרופנדיק דאס קעניגרייך פון ה׳. 26 דערפאר בין איך מעיד צו אייך דעם היינטיקן טאג, אז איך בין ריין פון דעם בלוט פון אלע (מענטשן). 27 ווארום איך האב מיך נישט צוריקגעהאלטן, אייך נישט אנצוזאגן דעם גאנצן ראט ווילן פון ה׳. 28 היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט. 29 איך ווייס, אז נאך מיין אוועקגיין וועלן אריינקומען צווישן אייך בייזע וועלף, וואס וועלן נישט האבן קיין רחמנות אויף דער סטאדע; 30 און פון אייך אליין וועלן אויפשטיין מענער, וואס רעדן פארקערטע זאכן, אפצונייגן די תלמידים נאך זיך. 31 צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן. 32 און איצט לאז איך אייך איבער אויף ה׳ס באראט און צום ווארט פון זיין חסד, וועלכער האט די מאכט אייך צו דערבויען און אייך צו געבן די ירושה צווישן אלע געהייליקטע. 33 זילבער, אדער גאלד, אדער מלבושים, האב איך פון קיינעם נישט באגערט. 34 איר אליין ווייסט, אז די דאזיקע הענט מיינע האבן מיר געדינט פאר מיינע הצטרכותן און פאר די הצטרכותן פון מיינע באגלייטער. 35 אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.