8 פארגעסט אבער נישט אין דעם דאזיקן, געליבטע, אז איין טאג ביים האר איז ווי טויזנט יאר, און טויזנט יאר ווי איין טאג. 9 דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה. 10 דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן. 11 אזויווי אלע די דאזיקע זאכן וועלן צעגיין אויף אזא אופן, היינט וואס פאר א (מענטשן) דארפט איר שוין זיין אין א הייליקן לעבן און אין יראת שמים, 12 דערווארטנדיק און צואיילנדיק דאס קומען פון ה׳ס טאג, דורך וועלכן די הימלען וועלן פארברענט ווערן און צעגיין, און די יסודות וועלן צעשמאלצן ווערן פון היץ! 13 לויט זיין הבטחה אבער דערווארטן מיר א נייעם הימל און א נייע ערד, אין וועלכע גערעכטיקייט וואוינט. (ישעיהו סה, יז-כה.)
14 דערפאר, געליבטע, ווייל איר דערווארט די דאזיקע זאכן, זאלט איר זיך פלייסן געפונען צו ווערן אין שלום, אָן א פלעק און אָן א מום פאר אים. 15 און רעכנט די געדולד פון אונדזער האר ווי א ישועה; לויט ווי אונדזער געליבטער ברודער פוילוס האט אייך געשריבן, לויט דער חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן, 16 ווי אויך אין אלע בריוו, ווען ער רעדט אין זיי דערפון; אין וועלכע עס זענען פאראן אייניקע שווערפארשטענדלעכע זאכן, וואס די אומגעלערנטע און נישט שטאנדהאפטיקע פארדרייען, ווי אויך די איבריקע כתבי (הקודש), צו זייער אייגענער פארדארבונג. 17 און איר, געליבטע, וויסנדיק עס פארויס, זאלט זיך אפהיטן, כדי איר זאלט נישט מיטגעריסן ווערן דורך דער פארפירונג פון בייזע לייט, און נישט אוועקפאלן פון אייער אייגענעם פעסטן שטאנד. 18 נאר וואקסט אין דעם חסד און דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. כבוד צו אים סאי איצט סאי אין דעם טאג פון אייביקייט. אמן.
<- ב פעטרוס בריוו 2
Languages