11 דעריבער, וויסנדיק פון דער מורא פאר דעם האר, זוכן מיר איבערצוצייגן מענטשן, פאר ה׳ אבער זענען מיר אנטפלעקט; און איך האף, אז מיר זענען אויך אנטפלעקט אין אייערע געוויסנס. 12 מיר רעקאמענדירן זיך נישט ווידער צו אייך, נאר געבן אייך א געלעגנהייט זיך צו רימען מיט אונדז, כדי איר זאלט האבן עפעס קעגן די, וועלכע בארימען זיך מיטן פנים און נישט מיטן הארצן. 13 ווארום אויב מיר זענען אראפ פון זינען, איז עס פאר ה׳; זענען מיר ביים קלארן פארשטאנד, איז עס פאר אייערטוועגן. 14 ווארום די ליבע פון דעם משיח צווינגט אונדז, וועלכע משפטן אזוי, אז אויב איינער איז געשטארבן פאר אלעמען, זענען אלע געשטארבן; 15 און ער איז געשטארבן פאר אלעמען, כדי די לעבעדיקע זאלן מער נישט לעבן פאר זיך אליין, נאר פאר דעם, וועלכער איז פאר זיי געשטארבן און אויפגעשטאנען. 16 דערפאר פון איצט אָן קענען מיר קיינעם נישט לויטן פלייש; און אויב אפילו מיר האבן געקענט משיחן לויטן פלייש, קענען מיר אים שוין נישט מער. 17 דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי! 18 און דאס אלץ איז פון ה׳, וועלכער האט אונדז געמאכט שלום (ישעיהו נג, ה.) מיט זיך אליין דורך דעם משיח און אונדז געגעבן די עבודה פון די מאכן פון שלום; 19 ווייל ה׳ איז געווען אינם משיח, שלום מאכן די וועלט מיט זיך אליין, נישט צורעכענענדיק זיי זייערע זינד, און האט געלייגט אין אונדז דאס ווארט פון דער שלום מאכן.
20 מיר זענען דעריבער שלום אמבאסאדארן פאר דעם משיח, ווי ה׳ וואלט דורך אונדז מזהיר געווען; מיר בעטן אין משיחס נאמען, זייט זיך שלום מאכן מיט ה׳ (ישעיהו נג, ה.)! 21 ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).
<- ב קארינטער בריוו 4ב קארינטער בריוו 6 ->
Languages