16 ווידער זאג איך: זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר א נאר; און אויב דאך, טא זאלט איר זשע מיך אויפנעמען ווי א נאר, כדי איך זאל מיך אויך אביסל בארימען. 17 וואס איך רעד, רעד איך נישט לויט דעם האר, נאר ווי אין נארישקייט, אין דער דאזיקער כוונה פון בארימונג. 18 ווייל א סך בארימען זיך לויט דעם פלייש, וועל איך מיך אויך (אזוי) בארימען. 19 ווארום איר פארטראגט גערן די נאראנים, זייענדיק (אליין) חכמים. 20 ווארום איר פארטראגט עס, ווען איינער פארשקלאפט אייך, ווען איינער עסט אייך אויף, ווען איינער נעמט אייך (געפאנגען), ווען איינער דערהייבט (זיך), ווען איינער שלאגט אייך אין פנים אריין. 21 צו אונדזער חרפה זאג איך עס, גלייך ווי מיר וואלטן שוואך געווארן. נאר מיט וועלכן עמיצער איז שטאלץ, איך רעד נארישקייט, (דערמיט) וועל איך אויך זיין שטאלץ. 22 זיי זענען עברים? איך בין אויך. זיי זענען ישראלים? איך אויך. זיי זענען אברהמס זאמען? איך אויך. 23 זיי זענען משיחס דינער?—איך רעד ווי פון משוגע—איך נאך מער; א סך מער אין ארבעט, א סך מער אין תפיסות, אין שלעק איבער דער מאס, פילמאל אין סכנות נפשות. 24 פון יידן האב איך פינף מאל באקומען פערציק שלעק ווייניקער איינעם. 25 דריי מאל האט מען מיך געשמיסן מיט ריטער, איינמאל בין איך געשטייניקט געווארן, דריי מאל האב איך געליטן שיפבראך, א טאג מיט א נאכט האב איך פארברענגט אין דער טיפעניש (פון ים); 26 א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון אומות (העולם), אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער; 27 אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז). 28 אחוץ די אויסערלעכע זאכן, (נאך דאס), וואס קומט אויף מיר טאג טעגלעך—די דאגה פאר אלע קהלות. 29 ווער איז שלאף, און איך בין נישט שלאף? ווער ווערט פארפירט צום שטרויכלען? און איך צינד מיך נישט אָן? 30 אויב איך מוז מיך בארימען, וועל איך מיך בארימען מיט מיין שלאפקייט. 31 דער ג‑ט און פאטער פון דעם האר יהושע/ישוע, ער, וועלכער איז געלויבט אויף אייביק, ווייסט, אז איך זאג נישט קיין שקר. 32 אין דמשק האט דער גובערנאטאר פון דעם קעניג ארעטאס באוואכט די שטאט דמשק, כדי מיך צו כאפן; 33 און מען האט מיך אראפגעלאזט דורך א פענצטער אין א קארב איבער דער מויער, און איך בין אנטרינען פון זיינע הענט.
<- ב קארינטער בריוו 10ב קארינטער בריוו 12 ->
Languages