6 אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט; 7 נאר די חלל און אלט ווייבערישע לעגענדעס זאלסטו אויסמיידן. איב דיך אבער צו יראת שמים; 8 ווארום די קערפערלעכע איבונג ברענגט ווייניק נוצן; יראת שמים אבער איז נוצלעך צו אלעם, האבנדיק א הבטחה אויף דעם איצטיקן לעבן און אויף (עולם) הבא. 9 באגלויבט איז דאס ווארט, און ווערט אינגאנצן אנגענומען צו ווערן; 10 ווארום פאר דעם דאזיקן באמיען מיר זיך און ווערן באליידיקט, ווייל מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער איז דער העלפער פון אלע מענטשן, הויפטזאכלעך פון די מאמינים. 11 דאס זאלסטו באפעלן און לערנען.
12 זאל קיינער נישט מבזה זיין דיין יוגנט, נאר זיי א ביישפיל פאר די מאמינים, אין ווארט, אין אויפפירונג, אין ליבע, אין גלויבן, אין לויטערקייט. 13 ביז איך וועל קומען, גיב אכטונג אויף דעם לייענען, אויף דעם מוסר זאגן, אויף דער לערנונג. 14 פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים. 15 זארג וועגן די דאזיקע זאכן; באשעפטיק דיך מיט זיי, כדי דיין פארטשריט זאל זיין באשיימפערלעך קלאר פאר יעדן (איינעם). 16 גיב אכטונג אויף דיר אליין און אויף דער לערנונג. פארבלייב אין זיי; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, וועסטו ראטעווען דיך אליין, און די, וועלכע הערן דיך.
<- א טימאטעוס בריוו 3א טימאטעוס בריוו 5 ->
Languages