10 לויט דעם חסד פון ה׳, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האב איך ווי א קלוגער בוימייסטער געלייגט א יסוד; אן אנדערער אבער בויט (דערויף). זאל זשע יעדער אכטונג געבן, וויאזוי ער טוט דערויף בויען. 11 ווארום קיינער קען נישט לייגן קיין אנדערן יסוד, אחוץ דעם, וואס ליגט (שוין), וועלכער איז יהושע/ישוע המשיח. 12 אויב אבער עמיצער בויט אויף דעם דאזיקן יסוד גאלד, זילבער, טייערע שטיינער, האלץ, היי, שטרוי, 13 וועט יעדנס ארבעט אנטפלעקט ווערן; ווארום דער טאג וועט עס מאכן (באשיימפערלעך) קלאר, ווייל עס וועט זיך אנטפלעקן דורך פייער; און דאס פייער אליין וועט אויספרובירן יעדנס ארבעט, פון וואס פאר א מין זי איז. 14 וועט עמיצנס ארבעט, וואס ער האט דערויף געבויט, בלייבן (שטיין), וועט ער באקומען א שכר. 15 וועט עמיצנס ארבעט פארברענט ווערן, וועט ער ליידן שאדן; אליין אבער וועט ער ניצול ווערן; דאך ווי דורך פייער.
16 צי ווייסט איר (דען) נישט, אז איר זענט ה׳ס היכל, און אז דער גייסט פון ה׳ וואוינט אין אייך? 17 אויב עמיצער צעשטערט ה׳ס היכל, וועט ה׳ אים צעשטערן; ווייל ה׳ס היכל איז הייליק, און איר זענט עס.
18 זאל זיך קיינער נישט באטריגן. אויב עמיצער צווישן אייך מיינט, אז ער איז א חכם אין דער וועלט, זאל ער ווערן צו נאר, כדי ער זאל ווערן קלוג. 19 ווארום די חכמה פון דער דאזיקער וועלט איז טפשות ביי ה׳; ווייל עס שטייט געשריבן: ער פאנגט די חכמים אין זייער כיטרעקייט; (איוב ה, יג.) 20 און ווידער: דער האר ווייסט די מחשבות פון די חכמים, אז זיי זענען פוסט. (תהלים צד, יא.) 21 זאל זיך דערפאר קיינער נישט בארימען מיט מענטשן. ווארום אלץ איז אייערס, 22 צי פוילוס, צי אפאלאס, צי כיפא, צי די וועלט, צי דאס לעבן, צי דער טויט, צי דאס קעגנווערטיקע, צי דאס צוקונפטיקע: אלץ געהערט צו אייך, 23 און איר צום משיח, און דער משיח צו ה׳.
<- א קארינטער בריוו 2א קארינטער בריוו 4 ->
Languages