10 ווען אבער טימאטעוס וועט קומען, זאלט איר זען, אז ער זאל זיין ביי אייך אָן מורא; ווייל ער טוט דעם הארס ווערק, ווי איך אליין; 11 דעריבער זאל אים קיינער נישט מבזה זיין. נאר איר זאלט אים אוועקשיקן בשלום, כדי ער זאל קומען צו מיר; ווארום איך ווארט אויף אים מיט די ברידער. 12 און וואס שייך דעם ברודער אפאלאס, האב איך אים זייער פיל געבעטן צו קומען צו אייך מיט די ברידער; און ער האט בכלל איצט נישט געוואלט קומען; נאר ער וועט קומען, ווען ער וועט האבן א געלעגנהייטלעכע צייט.
13 וואכט, שטייט פעסט אין דער אמונה, זייט מענער, שטארקט זיך. 14 זאלן אלע אייערע (מעשים) געטאן ווערן מיט ליבע.
15 און איך בעט אייך, ברידער, איר קענט (דאך) סטעפאנאסנס הויז, אז עס איז געווען די ערשטע פרוכט פון אכאיא, און זיי האבן זיך געווידמעט צו דער עבודה לטובת די קדושים, 16 אז איר אויך זאלט זיך אונטערטעניקן צו אזעלכע, און צו יעדן, וואס ארבעט מיט און באמיט זיך. 17 און איך פריי מיך אויף דעם אנקומען פון סטעפאנאסן און פארטונאטוסן און אכאיקוסן, ווייל וואס עס פעלט מיר פון אייער צד, האבן זיי ממלא געווען. 18 ווארום זיי האבן דערפרישט מיין גייסט און אייערן; דעריבער זאלט איר אפגעבן אנערקענונג צו אזעלכע.
19 די קהלות פון (קליין) אזיען געבן אייך אפ שלום. אקווילא און פריסקא, צוזאמען מיט דער קהלה אין זייער הויז, געבן אייך אפ שלום זייער פיל אין דעם האר. 20 אלע ברידער געבן אייך אפ שלום. גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט דעם הייליקן קוש. 21 דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט. 22 אויב עמיצער האט נישט ליב דעם האר, זאל ער זיין אין חרם. מרן אתא.[a] 23 זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זיין מיט אייך. 24 מיין ליבע איז מיט אייך אלעמען אינם משיח יהושע/ישוע. אמן.
<- א קארינטער בריוו 15- a 16, 22 אונדזער האר איז געקומען אדער: מרן אתא—קום האר!
Languages