14 דערפאר, געליבטע מיינע, זאלט איר אנטלויפן פון געצנדינסט. 15 איך רעד ווי צו פארשטאנדיקע; משפט איר אליין, וואס איך זאג. 16 דער כוס פון ברכה, אויף וועלכן מיר מאכן א ברכה, צי איז ער דען נישט חברותאשאפט מיט דעם בלוט פון דעם משיח? דאס ברויט, וואס מיר ברעכן, צי איז עס דען נישט חברותאשאפט מיט דעם גוף פון דעם משיח? 17 ווייל עס איז איין ברויט, זענען מיר, די פילע, איין גוף; ווארום מיר אלע האבן א חלק אין דעם איינעם ברויט. 18 קוקט אויף ישראל לויטן פלייש: צי זענען דען נישט די, וועלכע עסן די קרבנות, אנטיילנעמער אין דעם מזבח? 19 וואס זשע איז עס דען וואס איך זאג? אז א קרבן צו אן אפג‑ט איז עפעס? אדער אז דער אפג‑ט (אליין) איז עפעס? 20 נאר אז וואס די אומות (העולם) זענען מקריב, זענען זיי מקריב צו טייוולאנים און נישט צו ה׳; און איך וויל נישט, אז איר זאלט קומען אין חברותאשאפט מיט טייוולאנים. 21 איר קענט נישט טרינקען דעם כוס פון דעם האר און דעם בעכער פון טייוולאנים; איר קענט נישט טיילנעמען ביים טיש פון דעם האר און ביים טיש פון טייוולאנים. 22 אדער זאלן מיר דערצערנען דעם האר? צי זענען מיר דען שטארקער פון אים?
23 אלץ איז מותר (ציטירן ניטציטירן); נישט אלץ אבער טויג. אלץ איז מותר (ציטירן ניטציטירן); נישט אלץ אבער בויט אויף. 24 זאל קיינער נישט זוכן דאס זייניקע, נאר יענעמס (טובה). 25 אלץ, וואס מען פארקויפט אין דער יאטקע, זאלט איר עסן, און נישט חוקר זיין צוליב דעם געוויסן; 26 ווארום די ערד איז דעם הארס (ה׳ס), און איר פולקייט. (תהלים כד, א.) 27 און אויב עמיצער פון די אומגלויביקע וועט אייך פארבעטן אויף א סעודה, און איר ווילט גיין, זאלט איר עסן אלץ, וואס מען וועט אוועקשטעלן פאר אייך, און נישט נאכפרעגן צוליב דעם געוויסן. 28 אויב אבער עמיצער וועט צו אייך זאגן: דאס דאזיקע איז א געצנקרבן—זאלט איר עס נישט עסן צוליב יענעם, וועלכער האט עס אייך דערמאנט, און צוליב דעם געוויסן: 29 געוויסן, זאג איך אבער, נישט דיין אייגנס נאר דעם אנדערנס; ווארום פארוואס זאל מיין פרייהייט געמשפט ווערן פון אן אנדערנס געוויסן? 30 אויב איך געניס עפעס מיט א ברכה, הלמאי זאל ארויסגיין א שם רע אויף מיר וועגן דעם, אויף וועלכן איך מאך א ברכה? 31 דעריבער, אויב איר עסט אדער טרינקט, אדער וואס איר זאלט נישט טאן, טוט אלץ צו ה׳ס כבוד. 32 זייט נישט קיין מיכשול פאר יידן, נישט פאר גריכן און נישט פאר דער קהלה פון ה׳; 33 אזוי ווי אויך איך (באמי זיך) צו געפעלן אלעמען אין אלעם, נישט זוכנדיק מיין אייגענעם נוצן, נאר דעם (נוצן) פון א סך (אנדערע), כדי זיי זאלן געראטעוועט ווערן.
<- א קארינטער בריוו 9א קארינטער בריוו 11 ->
Languages